איסלאמאבאד – אזויפיל ווי 150 מענטשן זענען אומגעקומען, ווען אן אויל טאנקער האט עקספלאדירט בשעת מענטשן זענען געווען פארזאמלט ארום דעם טראק. דער אינצידענט האט פאסירט אויף א שאסיי אין א קליינעם שטעטל נעבן באהאוואלפור, פאקיסטאן, וואו א דרייווער פון א גרויסן אויל טאנקער טראק איז געפארן גאר שנעל, און ביי א שווערן דריי, האט זיך דער גאנצער טראק איבערגעדרייט און געבליבן ליגן זייטיג. דער דרייווער האט באוויזן ארויסצוקריכן פונעם איבערגעדרייטן טראק אן קיין ערנסטע וואונדן, און אין דער זעלבער צייט האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט די נייעס אינעם גאנצן ארום אז א טאנקער טראק אנגעפילט מיט אויל האט זיך איבערגעדרייט, וואס דאס האט געברענגט מענטשן זאלן זיך צוזאמלויפן מיט ליידיגע קאנעס, באטלעך, לעווארן און שיסלעך, וועלנדיג ארויסכאפן אביסל פון די אויל-געזאלין, וויבאלד ס'איז א טייערער ארטיקל און זיי האבן עס געוואלט נוצן פאר הייצונג א.ד.ג., ווען אינמיטן דעם גאנצן הו-הא, האט דער איבערגעדרייטער טאנקער טראק עקספלאדירט מיט א שטארקן מאכט. מער ווי 150 זענען אומגעקומען און צענדליגער אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, רוב פון זיי מיט גאר ערנסטע ברען-וואונדן.

בילד: דער עולם קלייבט פיול

בילד: די פייער פארניכטעט א צוויי טוץ מאטארביציקלעך, מיט וואס אסאך זענען געקומען

בילד: פארניכטעט

בילד: די טאנקער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל