א פרישע פאלקאן-9 ארויפשיס איז געפלאנט פאר מארגן צופרי

די ארויפשיס פון די ספעיס-עקס פאלקאן-9 ראקעט מיט די סיקרעט סעטעלייט איז געפלאנט פאר 7 אזייגער צופרי.

לייוו קאווערידזש הייבט זיך אן אום 5:47.

די ערשטע סטעידזש ראקעט גייט ברענען פאר 2 מינוט און 17 סעקונדעס, דערנאך גייט זיך עס אפטיילן פון די אויבערשטע ראקעט און צוריקקומען אהיים און לאנדן אויף די אייגענע פיס, 8 מינוט און 46 סעקונדעס נאכן זיך הייבן.

דאסמאל גייט נישט זיין קיין קאווערידזש פון די אויבערשטע סטעידזש ראקעט און וויאזוי ס'לאזט איבער די סעטעלייט צוליב וואס די שפיאנאזש אגענטור האט ארויפגעלייגט א מידיא בלעקאוט אויף די מיסיע פון דארט און ווייטער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל