ראשית וועלן מיט אנפאנגען מיט די טריקענע נייעס, אז הרה"ג ר' אהרן קרויס שליט"א רב ור"מ שער התלמוד ובית שמואל האט געזאגט א פייערדיגע דרשה איבער די טעמע, די צווייטע טייל פון די נייעס איז, אז מ'האלט איצט דעם פערדן וואך אינעם זמן חורף תשע"א און מ'הערט אז עס זענען נאך פארהאן פיל בחורים וואס זענען נאכנישט פלאצירט אין קיין ישיבות,

עס איז זייער שווער אראפ צו לייגן דעם גאנצן מצב פון אלע זייטן, עס איז שוין געשריבן געווארן אין פארשידענע אידישע אויסגאבעס וועגן די טעמע פון בחורים מיט ישיבות א לענגס און א ברייט'ס, ווי עס האבן ערשיינט שמועסן מיט גדולי ראשי ישיבות און פארשטייצעך זיי האבן אדרעסירט דעם פראבלעם פון אלע זייטן, איך וויל אבער אנפאנגען מיט די טענה וואס הרב ר' אהרן קרויס שליט"א לייגט פאר, ער טענה'ט איבער דעם וואס ישיבות קלויבן זיך בחורים, מ'קלויבט אויס די גוטע פון די אזוי גערופענע שלעכטע, אין די גאר פריע עלטער פון בלויז 14 – 15 יאר, ער טענה'ט אז אויב דער ראש ישיבה קען נישט זיך אפגעבן מיט אלע מיני בחורים זאל ער מוחל זיין און אפטרעטן פון אמט, סתם צו ארבעטן מיט גוטע בחורים דאס קען יעדער, עס איז קיין גבורה צו נעמען בחורים וואס האלטן דערביי און לערנען מיט זיי, די חכמה איז צו ארבעטן מיט אפי' שוואכערע בעלי כשרון און מיט שוואכערע בעלי רצון,

עס מוז ארויס געברענגט ווערן אז דער אויבנדערמאנטע ר"י ר' אהרן איז א נאה דורש ונאה מקיים ווייל אין פאקט קענען אסאך מענטשן עדות זאגן אז ער האט במשך זיינע יארן אויפגעהויבן פיל בחורים צו א הויכן ניווא, און אפי' שוואכערע בעלי כשרון האבן מצליח געוועהן ביי אים אין ישיבה, די מעשה איז נאר פארוואס איז טאקע די מצב אזוי, וואס איז דער גורם צו דעם, און וואס איז די לעזונג דערצו,

אנגעהויבן האט זיך עס ווען אייניגע מגידי שיעור מיט די הילף פון אייניגע טאטעס האבן באשלאסן להגדיל שמם ושם בניהם צו גרינדן ישיבות פאר מציונים, די ציל פון גרינדן אזא ישיבה איז געוועהן איינס אז דער מגי"ש / ראש ישיבה זאל זיך עווארבן א גוטן נאמען און הייסן א סטאר און א כוכב בעולם התורה והישיבה, און די טאטעס פון גוטע בחורים גופא האבן אויך געקענט באשטיין אז זייער קינד זאל באקומען א נאמען פאר א מציון שבמציונים, דאס אז ער איז געוועהן סתם א מציון אין א סיסטעם ישיבה איז אים נישט גענוג, ער מוז זיין מער עפעס וואס זאל קלינגען מיט גלעקלעך, און אזוי מיט די צוויי אגענדעס איז געגרינדערט געווארן די מציונים ישיבות,

צומאל האבן טאטעס פון גוטע בחורים וואס האבן יא געלאזט זייערע קינדער אין סתם ישיבות ממש געהעצט די הנהלה אז זיי זאלן יענעם און יענעם בחור ארויס שטעלן, מיט די טענה אז מיין זון איז א פיינער ער דארף נישט זיין אין א ישיבה וואס האט דעם געוויסן בחור, און די הנהלה כאטש וואס זיי האבן נישט געוואלט ארויסשטעלן פארשידענע בחורים, אבער אויס פחד אז דער גוטע בחור זאל נישט ארויסגיין האט מען ארויסגעשטעלט פארשידענע שוואכע בחורים,

ווי נאר די מציונים ישיבות האט אנגפאנגען מצליח צו זיין און טאטעס האבן טאקע ארויס גענומען די גוטע בחורים פון סיסטעם ישיבות און אריין געלייגט אין די מציונים ישיבות מיטן ציל אז זייער נאמען זאל קלינגען, האבן זיך די רעגולער ישיבות זיך דערזעהן מיט א פראבלעם, ווייל מיט בלויז בינינים און שוואכע קען מען נישט האלטן קיין ישיבה, האט מען אנגעהויבן צו זיכן אן עצה וויאזוי מ'האלט די ישיבה אין די ראמען און בעיקר וויאזוי מ'האלט דעם נאמען פון די ישיבה, די ערשטע עצה איז צו קאנווינסן דעם גוטן בחור און זיין טאטן אז דער רעגולער ישיבה איז אויך גוט דורך דעם וואס מ'וועט זיך אליין אויך געבן אזא שם אז מ'קלויבט זיך בחורים, און די צווייטע עצה איז טאקע מקיים פסק זיין און ממש בפועל קלויבן בחורים, אזוי זאל מען לעוולען די ישיבה און ארויס שטעלן די שוואכע און דאס וועט צוריק האלטן דעם גוטן בחור פון ארויסגיין צו די מציונים ישיבות,

אין די ערשטע צייטן איז טאקע געוועהן עטליכע ישיבות וואס די איינגעשטעלע זענען געוועהן ערליכע אידן מיט אידישע הערצער און האבן רחמנות געהאט אויף די מער שוואכערע בחורים וואס ווערן ארויסגעשטעלט פון סיסטעם און רעגולער ישיבות, און לכבוד דעם זענען געפענט געווארן ישיבות מיט א נאמען אז זיי נעמען יא אריין בחורים און זיי זענען נישט אזוי קלייבעריש, אבער צו לאנג האט דאס נישט געקענט אנהאלטן ווייל אז א ישיבה וואס האט א נאמען אז זיי נעמען נאר שוואכע דער באקומט טאקע נאר שוואכע, א גוטע בחור וויל דאך נישט אהין גיין, און פירן א ישיבה מיט בלויז שוואכע איז קיין וועג נישט, האב זיך דאס צוביסלעך פארמאכט און זיך פארשפארט,

האלטן מיר כהיום תשע"א, אז כמעט קיין איין ישיבה איז נישט גרייט זיך צו פלאגן מיט א בחור וואס איז נישט גענוג שנעל און לויפט נישט גענוג שנעל מיט מיטן סיסטעם, דער מצב האלט דארט אז מגידי שיעור זענען לגמרי נישט דא לטובת דעם בחור, די מגי"ש זענען נישט די וואס טראכטן ווי קען איך אויפהייבן דעם תלמוד, ער איז דא נאר כדי צו זאגן א "גוטן שיעור" און ארבעטן מיט גוטע בחורים, און פארשטייט זיך ער זאל זיך נישט מוזן צופיל איבערשטרענגען, די מגי"ש האבן נישט ליב צו ארבעטן ארויס פון זייער ליין און ארויס פון זייער גדר פשוט מזרז צו זיין א בחור אדער זיך אפגעבן מיט א בחור (איך וויל נישט אראפ שטעלן ממש א פאקט אז אזוי איז עס ווייל ס'איז נאך אלץ דא אסאך מגי"ש וואס געבן זיך יא אפ זייער געטריי מיט זייערע תלמודים, אבער די פראצענט פון די מגי"ש וואס געבן זיך נישט אפ איז זייער גרויס)

און דאס איז דער היינטיגער גורם אז בחורים פון 14 יאר פליען אין די לופטן ווי בלעטער אין חודש חשון, נאכדעם וואס ער איז געלעבלט געווארן אלץ א שוואכע בחור און קיין ישיבה וויל זיך נישט צוכאפן צו אזא סחורה, און רוב מאל מאכט זיך אז א עסקן אדער א קרוב משפחה לייגט זיך אריין און מ'פלאצירט דעם בחור אין א ישיבה נאך אסאך שתדלנות, (איך זעה עס בחוש וויפיל מאל איך אליין האב באקומען טעלעפאן רופן פון קרובים און באקאנטע אז איך זאל שתדל'ן ביי געוויסע מנהלים מיט וועמען איך קען זיך אביסל לטובת זייער בחור)

יעצט לאמיר ענק פרעגן, אפי' ווען מ'האט שוין רחמנות אויף דעם בחור און נאך פיל שתדלנות לאזט מען אים אריין אין א ישיבה, צו האט נאך דער בחור אפי' א שאנס צו שטייגן?, ווען ער ווייסט אז מ'האט אים אראפ געזיגלט פאר א שוואך קינד?, ס'איז שומו שמים, מ'רעדט פון 14 יעריגע קינדער, געוואלד וואס קען מען שוין זעהן אויף א 14 יעריגע בחור? מ'מעסט סך הכל זיינע כשרונות, צי ער האט א גוטן קאפ צי נישט, צי ער קען ביים פארהער צי נישט, אלע פון אונז קענען מעיד זיין ווען מיר קוקן צוריק אין אונזער ערשטע ישיבה קטנה יאר דהיינו ביי די 14 יאר, און מ'מאכט דעם חשבון ווער ס'איז אלץ געוועהן אין מיין קלאס, ווער ס'איז אויסגעשטיגן און ווער נישט, פון וועלכן "פיינע בחור" איז געווארן א פלעינע יונגערמאן, און פון וועלכע פלעינע בחור איז געווארן א' חשוב'ע יונגערמאן, פון וועלכן בחור וואס איז באמת געוועהן א טראבל מעיקער איז געווארן א וואוילע טאטע פון קינדער, און וועלכע וואוילע שעפעלע אזי געווארן א טראבל מעיקער אלץ יונגערמאן, מ'קען עפעס מעסטן אין די ערשטע בחור'ישע יארן א בחור?,

מיין ר"י זצ"ל פלעגט זאגן אז א יונגער בחור קען מען אייביג בייגן, און ער פלעגט זיך טאקע נישט שטעלן ביים אריין נעמען יונגע בחורים, הערשט ביי די 16 יאר דארט האט ער זיך געשטעלט זאגנדיג אז א 16 יעריגע בחור איז שוין אביסל מוחלט וואס ער איז ממילא איז אים שוין שווער צו בייגן פלעגט ער שוין יא מער באטראכטן וועמען אריין צו נעמען וועמען נישט,

דאס איז בערך די מצב היינט פון די יונגערע בחורים וואס דארפן אריין גיין אין ישיבה קטנה'ס און וואלגערן זיך פון איין טיר צום צווייטן, און צו דעם קומט נאך צו א גרעסערע פראבלעם דאס איז שוין מיט די גרויסע בחורים, די וואס זענען שוין אייניגע יארן אין די בא בשנים סטעידש, (ווי יענער בחור וואס האט געזאגט ער איז שוין עטליכע יאר בלויז 18 יאר אלט.....) די ישיבה גדולה'ס האבן זיך דערזעהן מיט א פראבלעם וואס טוט מען מיט די עלטערע בחורים, זייערע חבירים זענען שוין חתנים, זייער אייגענע מוט איז דערשלאגן און צום געהעריגן סדר הישיבה האבן זיי מיינסטענס נישט קיין געדולד, און זייערע התנהגות איז א שטער פאר די ישבה, סאו וואס טוט מען מיט די אלטע בחורים? וואס הייסט וואס? ארויס פון ישיבה, גייטס וואלגערט'ס ענק אין די גאסן, ווערטס עמטליכע רווקים, ומשחיתים....

דאס איז די זייט וואס אונז פשוט'ע מענטשן געוועזענע פלעינע בחורים און היינטיגע טאטעס פון קינדער קוקן עס אן, יעצט לאמיר קוקן פון די מגי"ש און די ראשי ישיבות זייט, (עטץ געדענקטס נאך די אלטע צייטן ווען שאץ מאץ האט פראבירט צו שטיין אויף ביידע זייטן פון יעדע טעמע?....) זיי טענה'ן אז היות די גוי'שע גאס איז זייער ביטער און די טעכנעלאגיע מאכט זייער גרינג פאר יעדן בחור צו טרעפן דעם גאנצן גוי, איז פיל מאל דער מצב אז אפי' גאנץ יונגע בחורים פון 15 יאר זענען שוין פארפוילט און מ'קען זיי נישט האלטן אין ישיבה ווייל זיי זענען עלול צו פארדארבן אנדערע, און פארשטייט זיך אז די טאטעס ווילן דאס נישט איינזעהן ווייל וועלכע טאטע וועט דען מודה זיין אז זיין בחור איז פארדארבן און איז עלול מכשיל צו זיין אנדערע,

זאת ועוד, די שוואכערע בעלי כשרון זענען פאקטיש אויסגעשטעלט צו ליידן זייערע בחורישע יארן אין די ישיבות, ווייל היות מ'לערנט דא אויף א הויכן סטאנדארט וועט דער בחור וואס איז נישט דער שטארקע בעל כשרון נישט געהעריג מיטהאלטן די סדרי הלימודים געהעריג און דאס וועט גורם זיין אדער אז ער אליין וועט חלילה אוועק פאלן, אדער וויבאלד ער וועט נישט האבן קיין געדולד צו אלע שווערע לימודים וועט ער שטערן אנדערע פון לערנען, ממילא איז די עצה פונעם ראש ישיבה / מגי"ש ער זאל ארויס נעמען זיין בחור און שיקן אין אזא ישיבה וואס איז אויסגעשטעלט פאר שוואכע ווי ער וועט מער מצליח זיין, פארשטייט זיך אז א טאטע וואס הערט אזא דייעגנאז פון א מגי"ש וועט ער גלייך ווערן גערעגט, פארשטייסטו מיר ווייל ער האט נישט קיין געדולד זיך אפצוגעבן זאגט ער אויף מיין משה'לע אז ער איז שוואך, דו קענסט דאך מיין משה'לע ניין?, א פיין קינד ער טשעפעט נישט א פליג אויף די וואנט, דו האסט נישט קיין השגה וואס ער העלפט צוזאם אינדערהיים, און דא זאגט מיר דער מגי"ש אז ער איז שוואך ער באלאנגט אין יענע פלוני שוואכע ישיבה, א חוצפה, ער מיינט טאקע,

ווי אויך טענה'ן די עלטערן פון די גוטע בחורים מיט די מגי"ש אז אויב לערנט מען אין ישיבה אזא סטאנדארט וואס אפי' די שוואכערע זאלן מיטהאלטן דעמאטץ פאלן אוועק די גוטע, ווייל זיי פארלירן דאס געדולד אויב מ'איז מסביר און מ'שטעלט אוועק די שיעורים אויף א מדריגה די שוואכע זאלן אויך מיטהאלטן, און דאס איז באמת א שאד אז די גוטע בחורים זאלן אוועק פאלן, מ'דארף אין די בעלי כשרון אריין לייגן מער האפענונג ווי אין די שוואכע, ווייל די גוטע בחורים זענען געווענדליך די וואס שטייגן אויס אינעם נייעם דור פאר מרביצי תורה און כלי קודש, נו זאל מען אראפ שלעפן די גאנצע ישיבה בלויז צוליב די שוואכע בעלי הבנה?,

עס איז שווער צו געבן א כלל אין אזעלכע פעלער ווער ס'איז גערעכט צו דער טאטע צו דער מגי"ש, ווייל זייער אסאך מאל איז באמת דער מגי"ש גערעכט און דער בחור באלאנגט באמת אין פלוני ישיבה, נאר דער טאטע קען נישט פועל'ן ביי זיך אז "זיין" בחור איז שוואך, אבער טייל מאל איז עס א שנעלע איבערגעאיילטע החלטה פון א ראש ישיבה וואס האט זייטיגע מאטיוון פון הייסן א גוטע ישיבה און דערפאר איז ער משלח א בחור וואס מ'קען אנרופן בינינו צו א שוואכן מקום,

די פראגע איז נאר וואס קען מען באמת טון, און וואס איז די לעזונג אז יעדער בחור זאל טרעפן א פלאץ אין א ישיבה און מצליח זיין, ווייל צי זאגן אז בחורים זאלן גיין ארבעטן אזויווי אין דער אלטערהיים אין נישט אויסגעהאלטן ווייל די גאס איז נישט אויסגעשטעלט פאר א קליינע בחור און ס'איז אפי' נישט געהעריג לעגאל אז יונגע בחורים זאלן ארבעטן, ווי אויך אז א בחור זאל זיך דרייען אין די גאס איז מסוכן ממש, אז א בחור זאל ווערן צוקוועטש איז אויך מסוכן ממש ווייל די גאס שטעלט אים צו פלענטי הנאות עוה"ז און ער האט ווי צו לויפן ליידער, מוז מען מען בע"כ מער היטן און מער האלטן אונזערע בחורים אין די ישיבות, אנשטאט מ'זאל מוסיף זיין אין דעם הינזיכט טוט מען גאר פארמינערן די מעגליכקייטן פאר בחורים מצליח צו זיין,

איך גלייב אז ס'איז דא צווישן אונז גענונג מענטשן וואס זאלן רעדן דברים של טעם, איך וואלט געוואלט פארלייגן מיין פלאן פארן אויסשטעל פון ישיבות אינעם עתיד, אמת ס'איז פיינע דמיונות אבער פלאנירן מעג מען אייביג...., איך האב שוין געשריבן אין מיין טאג ביך פון א מגי"ש, אז א בחור איז אייביג זאט און אייביג אויסגערוהט און דערפאר מוז מען זעהן אנצופילן זיין קאפ מיט גענוג וויכטיגע זאכן וואס ער זאל אים פארנומען דעם קאפ, וואלט איך געזאגט אזוי, די מציאות איז אז מ'האט היינט בר מצוה בערך פון פסח כתה ח' ביז פסח כתה ט', בערך אזוי לויפט עס אין די קלאסן, אמאל איז טאקע געוועהן פון חשון ביז חשון דהיינו אז מ'איז בר מצוה געווארן נאר אין כתה ט', (ס'האט זיך געקענט מאכן אויסנאמען פון תשרי כתה ח' און חשון ישיבה קטנה) אבער היינט איז עס אראפ גערוקט געווארן מיט אפאר חדשים צוליב דעם וואס אין כתה א' דארטן האלט מען אז ווען דאס קינד איז עלטער טויג ער בעסער צו כאפן שנעלער און בעסער די עברי,

זאלן די בר מצוה קינדער בלייבן נאך איין יאר אין חדר / ישיבה, מיט א כתה י', מ'וועט מאכן אזא באזונדערע אפטייילונג אין די חדרים פון כתה ט' וכתה י', ווייל פאקטיש זענען די יעצטיגע כתה ט' יונגלעך רוב בחורים און זיי זענען שוין האלב ישיבה קטנה עידש, און פאר בחורים מוז מען סייווי האבן אנדערע גדרים ומהלכים, סאו ס'בעסטע וואלט געוועהן מ'זאל האלטן די בחורים נאך איין יאר אין כתה י', און געבן א נאמען ישיבה קטנה / מכינה / פיעוטים / וכדומה,

נאך כתה י' זענען שוין די בחורים בערך 14 אהאלב 15, פון דא אין ווייטער זאל זיין א אויסוואל פון ישיבות לויט לימודים, דהיינו פונקט ווי ווען להבדיל א סטודענט גייט אריין שטודירן אין קאלעדש האט ער א אפציע וועלכע מקצוע ער וויל לערנען, ער קען ווערן א דאקטער, לויער, אקאנטענט, פיליזאף, פיסכילאג, שרייבער, אינדשעניר, וכו' וכו', זאל זיין ישיבות מיט מקצועות, איין ישיבה פאר שיעור עיין ווי מ'לערנט דורך אלע דריי בבא'ס, א ישיבה ווי מ'לערנט הלכה גאנץ הל' שבת, א ישיבה ווי מ'לערנט יורה דעה, א ישיבה ווי מ'לערנט די חכמות העולם עפ"י תורה ווי הל' קידוש החדוש וחשבון החדשים סדר שקיעות החמה והמסתעף, א ישיבה ווי מ'לערנט פון אלעם אביסל, א ישיבה וואס לערנט לייכטערע לימודים, א ישיבה וואס לערנט גמ' גאנץ סדר מועד מיט מער אויף א שיעור פשוט'ן אופן,
די מעלות פון דעם זענען זייער ברייט, ווייל אפי' ביי גוטע בחורים איז דא טיפערע לערנער'ס און ס'איז דא מער שנעלערע לערנער'ס, ס'זענען דא בחורים וואס טויגן בעסער צו לערנען הלכה און ס'איז דא אזעלכע וואס טויגן בעסער פאר שיעור עיין, און זייער אסאך מער אזא בחור וואס וויל באמת לערנען גאנץ הל' שבת ווערט גע'רודפ'ט אין זיין ישיבה ווייל ער שטעלט זיך נישט צו צו די אלע אנדערע לימודים ווי שיעור עיין ולומדות,

דאס וועט אטאמאטיש מאכן אז אפי' א שוואכערע בחור וואס מ'זעהט אז ער טויג נישט פאר שיעור עיין, ער זאל באקומען א שטופ פאר הלכה אדער אנדערע לימודים, און זייער אסאך בחורים וואס היינטיגע צייטן פאלן ארויס פון סיסטעם וועלן בלייבן אין סיסטעם, און אפי' די בחורים וואס בלייבן יא אין סיסטעם, וועלן אנקומען צו די חתונה מיט פארטיגע סחורה אין די האנט, דער פאקט איז אז ווייניג בחורים אפי' די לערנער'ס קומען אן צו די חתונה מיט א פולן באגאש מיט מקצועות וואס ער האט געלערנט, ווידער אויף דעם מהלך קען מען מסיים זיין גאנצע מקצועות התורה,

איך פארשטיי אז ס'איז דאמירן בעלמא, אבער איך בין נייגעריג צו הערן דעם דעת הקהל איבער די מצב הישיבות, די פראבלעמען, די לעזונגען, און וואס איז די עצה און די מהלך לגבי די עלטערע בחורים הבא בשנים וואס האבן שוין איבערגעשפרייזט די שנות הישיבה וויאזוי באהאנדלט מען זיי, און אזוי ווייטער,

בילד: א ערנסטע באטראכטנג איבער די מהלך הישיבות

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל