בעיזשינג – אין די 950'ער און 960'ער יארן זענען כינע און רוסלאנד געווען אויף מעסער שטעך. כינע'ס פירער מאאו זעדאנג און רוסלאנד'ס פירער ניקיטא כרוסטשאוו זענען ביידע טאקע געווען די גרעסטע קאמוניסטישע פירער אין דער וועלט, אבער כרוסטשאוו איז שוין נישט געווען אזוי פארגלייבט ווי מאאו איז געווען, און דאס האט געברענגט צו מיספארשטענדענישן. די צוויי האבן אפגעהאלטן עטליכע סאמיטס און פריוואטע זיצונגען אין א פרואוו אויסצוגלייכן זייערע דיפערענצן, אבער ס'איז נישט בעסער געווארן. אין אוגוסט 3 יאר 958' האט מאאו געלאדנט כרוסטשאוו פאר געשפרעכן אין איינס פון זיינע פריוואטע שווים באסיינען און כרוסטשאוו האט אקצעפטירט. ס'איז אבער געווען איין פראבלעם, אז כרוסטשאוו האט נישט געקענט דאס מינדעסטע שווימען און האט געציטערט פון טיפע וואסער – א פאקט וואס מאאו האט ווארשיינליך געוואוסט און דאס איז געווען זיין ציל, צו פארשעמען כרוסטשאוו און אים מאכן שפירן פיצל. געהילפן וועלכע זענען אנוועזנד געווען ביים "באסיין סאמיט" דערציילן ווי מאדנע די סצענע איז געווען, ווען מאאו איז געשווימען העפטיג אין די טיפע וואסערן, אינדערצייט וואס כרוסטשאוו איז געזעצן דערשראקענערהייט אין די נידריגע זייט, און דאלמעטשערס זענען געלאפן אינדרויסן פונעם באסיין אהין און צוריק, איבערטייטשנדיג סטעיטמענטס און קאמענטארן פאר די ביידע פירער. מען האט דאן געברענגט א ספעציעלע "טוב" צו העלפן כרוסטשאוו גיין אין די טיפע וואסערן, און איבריג צו זאגן אז ער האט דארטן אויך גוט געציטערט און זיך געווארפן. דאס איז געווען, פארשטייט זיך, דאס לעצטע מאל וואס די צוויי האבן זיך געטראפן.

בילד: כינע און רוסלאנד'ס קאלטער [וואסער] קריג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל