איבער פערציג מענטשן זענען אומגעקומען אין קעניע, נאכדעם וואס א וואסער דאמבע אין דער שטאט סאלעי, וועלכע האט באשיצט א שטח פון לאנד נעבן וואסער וואס איז באוואוינט מיט פארמערס, האט זיך איבערגעבראכן נאכ׳ן קומען אונטער אן אומדערטרעגליכן לאסט פון שווערע רעגנס.

דאס 'רויטע קרייץ' הילפס-אגענטור זאגט אז זיי האבן באוויזן צו ראטעווען פילע צענדליגער מענטשן, אבער די צאל טויטע קען נאך ארויפגיין.

ארום 2000 מענטשן זענען געבליבן אן א דאך איבער׳ן קאפ, נאכ׳ן זיך ארויסראטעווען פון דעם באטראפענעם ארט אין דער לעצטער מינוט.

די שווערע רעגן שטורעמס אין קעניע האבן געברענגט פאטאלע פארפלייצונגען, וואס האבן אומגעברענגט ארום 200 מענטשן און איבערגעלאזט הונדערטער טויזנטער היימלאז, אבער נאך אלעם ווערן די רעגנס באגריסט, וויבאלד עס קומט נאך עטליכע יאר וואס דאס לאנד מוטשעט זיך מיט א שרעקליכער טרוקעניש, וואס האט אנגעברענגט הונגער און עפידעמיעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל