פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט אינדארסירט נייע סאנקציעס קעגן ווענעזועלע. טראמפ האט אונטערגעשריבן נייע סאנקציעס, א טאג נאך וואס ווענעזועלע'ס סאציאליסט פרעזידענט ניקאלעס מאדורע האט געוואונען די וואלן, ברייט באטראכט אלס געפעלשט.

די נייע סאנקציעס וועט שטארק פארשטייפן די קלאמער ארום די פינאנציאלע אינסטיטוציעס פון דעם זיד אמעריקאנער לאנד, דורכן אפהאקן מעגליכקייטן צו איינקעשן זייערע פארמעגן, אבער וועט נישט אינגאנצן בלאקירן איר אויל אינדוסטריע.

פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז די עקזעקוטיוו ארדער וואס ער האט אונטערגעשריבן, וועט אפשטעלן די ווענעזועלע רעגירונג פון ליקווידירן רכושים וואס קומט פון פריוואטע אייגענטום.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל