דורך לוי מאיער

קאליפארניע - פאליציי האט פארגאנגענעם פרייטיג ארעסטירט א סטודענט אין האבן א האנד אין די מארד פון דעם אידישער סטודענט בלעיז בערנשטיין, וואס איז געפונען געווארן טויט, דעם פארגאנגענע דאנערשטאג.

סעמואל לינקלאן וואדווארד, 20, איז ארעסטירט געווארן נאכן ווערן אויסגעפארשט פאר די מארד, ווען פאליציי האט געפונען זיין די.ען.עי. ביי די מארד-סצענע.

וואדווארד האט געזאגט אין א אינטערוויא, נאכדעם וואס עס איז באשטעטיגט געווארן אז בערנשטיין איז פארלוירן, אז ער איז געווען די לעצטע מענטש צו זען בערנשטיין לעבעדיג.

בערנשטיין איז געפונען געווארן דורך דראונס, כמעט א וואך נאך וואס ער איז פארלוירן געגאנגען.

עדווארד איז געווארן נאנט מיט בערנשטיין, זייענדיג אינעם זעלבע שולע.

אן אויספארשער האט געשריבן, אז וואדווארד איז געווען אנגעצויגען, זיכער געמאכט נישט צו אנרירן קיין טירן, און געהאט שמיץ אונטער זיינע נעגלעך, ווען ער איז אראפגעקומען צו די א.ד. אינטערוויא.

בערנשטיין איז ארויסגעפארן פון זיין הויז צוזאמען מיט עדווארד צוויי וואכן צוריק דינסטאג, און ארומגעפארן מיט אים צו עטליכע פלעצער, פאר זיי זענען אפגעפארן צו א פארק.

עדווארד האט געזאגט פאר אן אויספארשער, אז ער האט פארלאזט דעם פארק, נאכדעם וואס בערנשטיין איז אוועק פאר אפאר מינוט, און ער האט נישט געענטפערט צו עדווארד'ס מעסעדזשעס.

בילד

אויסשליסליכע באריכט צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל