וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געגעבן אנצוהערן אז ער וויל מען זאל ארויסשטעלן א קלאגע קעגן דער "עי-בי-סי ניוז" נייעס סטאנציע. ווען עס איז ארויסגעקומען די נייעס פרייטאג אז מייקל פלין האט זיך דערקלערט שולדיג אין ליגנט זאגן פאר די עף-בי-איי און אז פלין האט קאמיוניקירט מיט הויכראנגיקע באאמטע אינערהאלב דעם טראמפ קאמפיין איבער זיינע געשפרעכן מיט רוסישע פיגורן, האט דער עי-בי-סי ניוז רעפארטער ברייען ראסס ארויסגעשיקט א מעסעדזש אז ער האט אינפארמאציע אז פלין האט גאר קאמיוניקירט מיט טראמפ אליינס איבער זיינע געשפרעכן מיט די רוסן. ראסס' מעסעדזש האט געברענגט אזא אויפשאקלונג, וויבאלד עס האט באדייטעט אז טראמפ וועט אנגעקלאגט ווערן, אז דער סטאק מארקעט האט געטראסקעט מיט 350 פונקטן אין בלויז געציילטע שעה, ביז ראסס' באריכט האט זיך ארויסגעשטעלט אלס אומריכטיג. עי-בי-סי האט סוספענדירט ראסס פאר 4 וואכן, אבער טראמפ האט נעכטן געשריבן אז די וועלכע האבן פארלוירן געלט אלס רעזולטאט פונעם טראסק אויפ'ן מארקעט, זאלן קלערן פון אנקלאגן די נייעס סטאנציע.

בילד: טראמפ וויל קלאגע קעגן עי-בי-סי ניוז


בילד: דער עי-בי-סי ניוז רעפארטער ברייען ראסס

טוויט: מענטשן מיט פארלוסטן זאלן קלאגן עי-בי-סי איבער פעיק ניוז


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל