נאך די אמעריקאנער טראדיציע פון בלעק פרייטאג ווען אלע גרויסע געשעפטן טוען אנבאטן גרויסע הנחות און סעילס, איז אין די לעצטע יארן פאפולער געווארן איר שוועסטער-ערשיינונג די ״סייבער מאנטאג״ און ווי עס שטעלט זיך ארויס איז די היינטיגע טאג אויפ׳ן וועג צו ברעכן אלע רעקארדס אלס די טאג וואס עס איז געווען דאס מערסטע אנליין פארקויפן, הויפטזעכליך אויף שפילצייג און עלעקטראניקס. ״אדאוב אנאליטיקס״ א פירמע וואס געט זיך אפ מיט שטודירן דעם אנליין מארקעט זאגט אז די סעילס פונעם היינטיגע טאג איז ערווארטעט צו באטרעפן ארום 6.6$ ביליאן דאלער, היבש העכער ווי די פאראיאריגע רעקארד פון 5.6$ ביליאן דאלער.

היינט אינדערפרי 10 אזייגער האט די פירמע געשאצט אז אנליין סעילס שטייט ביי 840 מיליאן דאלער, מיט ארום 19.5% פערצענט העכער פון פאראיאר. אבער די מערסט אינטרעסאנטע געפונס איז דאס וואס סעילס וואס ווערן געמאכט פון סמארטפאונס איז דראסטיש ארויף מיט ארום 41% איבער פאריגע יאר. אזוי אויך האט די סטאטיסטיקס געצייגט אז די גרעסטע דיסקאונטס זענען געווען אויף שפילצייג, נאכגעפאלגט ביי עלקטראנישע אפאראטן.

בילד: סייבער מאנטאג ברעכט אלע רעקארדס פון אנליין איינקויף

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל