2020 וואלן אפדעיטס דורך אידישע נייעס

די דאזיגע בלאט ווערט כסדר אפדעיטעד מיט פרישע נייעס און ארטיקלען איבער די 2020 פרעזידענטליכע וואלן, ביטע מאכט זיכער צו איבערפרישן די בלאט מיטצוהאלטן די לעצטע נייעס ארום די וואלן.

לעצטע אפדעיט: דינסטאג ברכה 12:50 נאכמיטאג.

2020 וואלן אפדעיטס מיט אידישע נייעס

אפדעיט: דינסטאג ברכה (א)

אהייא - די ערשטע פרעזידענטליכע דעבאטע צווישן פרעזידענט טראמפ און געוועזענע וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען וועט פארקומען היינט 9 אזייגער אווענט אין קליוולאנד, אהייא.
----------------------------------------

אפדעיט: דאנערשטאג ה' סליחות

דער עף-בי-איי דירעקאר קריסטאפער רעי האט היינט צופרי געלאזט הערן אז רוסלאנד איז לעצטנס "זייער אקטיוו" מיט זייערע פראבעס צו קענען איינפלוסן די 2020 וואלן. רעי זאגט אז די רוסן ארבעטן בעיקר אראפצורייסן די דעמאקראטישע קאנדידאט דזשאו ביידען, מער וויפאל זי טוט ארבעטן אויף צו שטיצן פרעזידענט טראמפ.
----------------------------------------

אפדעיט: מיטוואך ד' סליחות

א נייע אנקעטע צייגט צום ערשטן מאל אז פרעזידענט טראמפ האט אן אויבערהאנט אין די 2020 וואלן. די אנקעטע וועלכע איז גענומען געווארן דורך "רעסמוסען רעפאָרט" צייגט אז ער האט 47 פראצענט פון די וויילער אינדערצייט וואס ביידען האט בלויז 46 פראצענט פון די וויילער. די אנקעטעס וועלן זיך שטארק טוישן אין די נאנטע טעג צוליב די לעצטע רונדע פון שלום-אפמאכן וואס די טראמפ אדמינסטראציע האט אויסגעפירט.
----------------------------------------

אפדעיט: דאנערשטאג כי תבוא

די ערשטע דעבאטע צווישן דאנאלד טראמפ און דזשאו ביידען וועט פארקומען סעפטעמבער 29 אין אן אוניווערסיטעט אין קליוולאנד, אהייאָ, דורך די פאַקס ניוז טעלעוויזיע אנקער-מאן קריס וואלעס.
----------------------------------------

אפדעיט: מיטוואך כי תבוא
נייע פאקס ניוז אנקעטע אין וויכטיגע שטאטן:

אריזאנע
דזשאו ביידען            49%
דאנאלד טראמפ         40%

צפון קאראליינע
דזשאו ביידען            50%
דאנאלד טראמפ         46%

וויסקאנסין
דזשאו ביידען            50%
דאנאלד טראמפ         42%

קאמאנטירט