טעהראן – דאס איראנער מיליטער האט דורכגעפירט א פרישן טעסט אויף א נייעם פארגעשריטענעם באליסטישן מיסיל, געציילטע שטונדן נאכדעם וואס זי האט זיך געגרויסט אין פובליק מיט'ן נייעם מיסיל ביי א מיליטערישער פאראדע אין דער הויפטשטאט טעהראן. דער פרישער מיסיל טעסט איז געווען דירעקט צו צימבלען דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, וועלכער האט אין אוגוסט אונטערגעשריבן א ביל וועלכע שטעלט ארויף נייע סאנקציעס אויף דעם איראנער רעזשים צוליב זייערע ווייטערדיגע אקטיוויטעטן אין אנטוויקלען באליסטישע מיסילס און אנדערע פארגעשריטענע וואפנס. טראמפ און די אמעריקאנער רעגירונג זאגן אז איראנ'ס שריט, טוט פארלעצן דעם אפמאך וואס אמעריקע האט געשלאסן מיט איר אין יאר 15', אבער איראן זאגט אז דאס האט נישט קיין שייכות, ווייל דער אפמאך איז געווען בלויז איבער נוקלעארע וואפנס, און נישט אויף איינצוצוימען סיי וועלכע מיליטערישע פארשריט און אנטוויקלונג. אין רעאקציע צום פרישן באליסטישן מיסיל טעסט, האט פרעזידענט טראמפ נעכטן אין א מעסעדזש באשולדיגט אז איראן ארבעט מיט צפון קארעא און העלפט ארויס צפון קארעא אין אירע נוקלעארע אנטוויקלונגען.
הוסף רשומת תגובה