פאַלאַסיס - א ליסטע מיט פאַלשע אַרגומענטן

פאַלאַסיס - א ליסטע מיט פאַלשע אַרגומענטן
א "פאַלאַסי" איז א אומריכטיגע אַרגומענט אין לאגיק און רעטאריע, וועליכער טוט אונטערמינעווען די אַרגומענט'ס לאגישע גילטיגקייט, אדער - מער געווענדליך - טוט עס אונטערמינעווען די אַרגומענט'ס קלוגשאַפט.

עס זענען פארהאן פאָרמאַלע פאַלאַסיס און אומפאָרמאַלע פאַלאַסיס.

די פאלגענדע זענען געווענדליך גענוצט צו איבערצייגן מענטשן, ווי די הויפט ציהל איז אויף קאמיוניקאציע און זיין רעזולטאט, ווי איידער האבן ריכטיגע לאגיק, און קען ווערן גענוצט סיי אויב דאס געווינען די אַרגומענט איז ריכטיג, און סיי אויב נישט.

פאָרמאַלע פאַלאַסיס

א פאָרמאַלע פאַלאַסי איז א גרייז וואס קען געזעהן ווערן אין די פארעם פון די אַרגומענט. אלע פאָרמאַלע פאַלאַסיס האבן א נאטור וואס וועט איר מאכן אויסקוקן גערעכט, אפגעזעהן אין די ריכטיגקייט דערפון.
אַפּעלירן צו די מעגליכקייט
איז אן ערקלערונג וואס שטעלט זיך אהער ווי-גלייך עס איז א פאקט, נאר צוליב עס קען זייער מעגליך זיין א פאקט (אבער מוז נישט זיין).
אַרגומענט פון פאַלאַסי
אויך אנגערופן "די פאַלאַסי פון פאַלאַסי", נעמט [פאלש] אהן אז אויב אן אַרגומענט וואס ברענגט צו א געוויסע מסקנא האט א פאַלאַסי, דאן מוז שוין אויטאמאטיש די מסקנא אליינס זיין פאלש.
בעיס-ראטע פאַלאַסיס
קומענדיג צו א מעגליכקייט מסקנא, געבויט אויף א ספקות'דיגע מעגליכקייט, נישט נעמענדיגע אין באטראכט די פריעדיגע מעגליכקייטן
קאַנדזשאַנגקשאַן פאַלאַסי
נעמט [פאלש] אהן אז א מסקנא וואס טוט צופרידנשטעלן עטליכע תנאים איז מער אהננעמבאר ווי איידער א מסקנא וואס שטעלט צופרידן נאר נאר איינע פון זיי.
פארמאסקירטער-פארשוין פאַלאַסי (פארבאטענע פאַרטרעטער פאר די זעלביגע)
דאס [אומריכטיגע] פארנוצן די "לייבניץ געזעץ". (בלאט קומט)

פראפאזיציאן פאַלאַסיס

א פראפאזיציאן פאַלאַסי איז א טעות אין לאגיק וואס איז נוגע קאַמפּאַונד פאָרלייגונגען (מער ווי איין בחינה...). פאר א קאַמפּאַונד פאָרלייגונג צו זיין וואָהר, מוז די וואהרהייט ענטפערס פון אירע חלקים באַפרידיקן די ענליכע לאגישע פארבינדערס וואס פאסירן אין איר (געווענטלעך: 'און', 'אדער', 'נישט', 'נאר אויב', 'אויב און נאר אויב'). די פאלגענעד פאַלאַסיס רעכענט אויס מסקנות וואס זייער וואהרהייט איז נישט פארזיכערט ביי די אויפפירונג פון זייערע לאגישע פארבינדערס, און - טאקע דערפאר - זענען נישט לאגיש פארזיכערט צו טראגן א פארזיכערטע מסקנא.
סארטן פון פראפאזיציאן פאַלאַסיס:
אפשטעמפלונג א חילוק
באשלוסענדיג אז איין פארקערטער מוז זיין פאלש ווייל די צד השני איז נישט פאלש. ד.ה., וויבאלד ראובן איז אנדערש פון שמעון, אז איך ווייס אז ראובן איז אמת, מוז שמעון זיין פאלש.
אפשטעמפלונג די קאָנסעקווענט (נִמשָׁך)
די פארגייער אין א אנווייזענדע באַדינגונג איז אמת ווייל די מסקנא איז אמת. א.א.וו., אויב ראובן איז אמת, דאן שמעון איז אויך אמת.
לייקענדיג די פארגייער
די אויסקום אין א באוויזענדע באַדינגונג איז באשלאסן אלס פאלש, ווייל די פארגייער איז פאלש. וויבאלד ראובן איז אמת מוז שמעון אויך זיין אמת; וויבאלד ראובן איז פאלש, מוז שמעון אויך זיין פאלש.

קוואנטיפיקאציע פאַלאַסיס

א קוואנטיפיקאציע פאַלאַסי איז גרייז אין לאגיק ווי די קוואַנטיפייערס (די ווארט\ווערטער וואס זעצן די קוואַנטיטי פון די קומענדיגע זאץ, צום ביישפיל 'געוויסע', אלע' א.ד.ג.) פון די גרונט (הַנָחַת יְסוֹד) איז זיך סותר מיט די קוואַנטיפייער פון די מסקנא.
סארטן פון קוואנטיפיקאציע פאַלאַסיס:
עקסיסטענטיאַל פאַללאַסי
אן ארגומענט וואס האט א אלגעמיינער גרונט און א ספעציפישע מסקנא.

פארמאלע סיללאָגיסטישע פאַלאַסיס

קומט בקרוב

אומפאָרמאַלע פאַלאַסיס

קומט בקרוב

רבותי, מיר זיכן הילף צו פארענדיגן די פראיעקט פון בויען א פאַלאַסי מאפע. אויב זענט איר פאראינטערעסירט, ביטע פארשטענדיקט זיך.

קאמאנטירט