גרויס אפטעמיזם ביי רעפובליקאנער איבער אנהאלטן קאנסערוואטיווע זיץ אין אהייא; פרעזידענט טראמפ קאמפיינט און 'טוויט' לטובת 'באלדערסאן'; די רעפובליקאנער שטאלצירן מיטן נייע דזשאבס באריכט וואס ווייזט גאר א שטארקע וואוקס פאר די אמעריקאנע עקאנאמיע

בילד

בשעת ווען איר וועט ליינען די שורות מיטוואך אינדערפרי, וועט מען שוין מן הסתם קלאר וויסן ווער עס האט געווינען אין דעם ספעציעלע קאנגרעס פארמעסט, וואס איז פארגעקומען נעכטן דינסטאג אינעם 4'רטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין אהייא, צו ערזעצן דעם ליידיג געווארענע זיץ פונעם ארויסגייענדיגע לאנג יעריגן רעפובליקאנער קאנגרעסמאן 'פאט טיבריי' וואס האט אנגעהאלטן דעם זיץ פאר 9 טערמינען, טיבריי האט אפגעטרעטן פון דעם אמט ווייל ער האט באקומען גאר א פרעסטיזשפולע אמט אין א ערנפולע ביזנעס גרופע, און ממילא איז ליידיג געווארן דער קאנגרעס זיץ, אויף וואס מען האט טאקע נעכטן אפגעהאלטן א ספעציעלע עלעקשאן. דער 4'רטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט איז א קאנסערוואטיווע דיסטריקט, אין וועלכע פרעזידענט טראמפ האט געווינען מיט איבער 11% , און לכאורה וואלטן די רעפובליקאנער געדארפט צו האבן גאר א גרינגע פעלד מיטן אנהאלטן דעם זיץ, אבער למעשה איז אריינגעטרעטן אין דעם פארמעסט א יונגע גאר כאריזמאטישע דעמאקראטישע קאונטי אפישעל, מיטן נאמען 'דאני אקאנער', וועלכע איז א פריש פנים אין דעם אהייא פאליטיק, און ער ציעט זייער שיין אן ביי די אהייא מאסן. דער רעפובליקאנער קאנדידאט 'טרוי באלדערסאן' איז אבער אויך א נייע פנים אינעם דיסטריקט, כאטשיג ער האט שוין געהאט געדינט דארט אלט'ס סטעיט סענעטאר, און ער שלאגט זיך העפטיג ארום מיט אקאנער אויף דעם בענקל.

די רעפובליקאנער האבן גענומען אין אכט, אז אויב פארלירן זיי דעם זיץ וועט עס זיין געפערליכע בושות, און וועט אונטערברענגן דעם מאראל פון די רעפובליקאנער פארטיי, ווייל אויב קענען זיי נישט אנהאלטן א אינקאבמענט זיץ אין אזא סטעיט ווי אהייא, וואס זאל מען שוין זאגן אין סטעיטס וואס זענען באמת 'סווינג סטעיט'ס'. דעריבער האבן די רעפובליקאנער פירערשאפט זיך גענומען אריינגיסן ריזיגע סכומים געלט אין דעם פארמעסט, און ווי אויך רעקרוטירט וויכטיגע אינדארסמענט'ס פאר באלדערסאן, אין שפיץ פון פרעזידענט טראמפ און גאווערנער קעסיזש. אין אנהויב איז געווען באריכטעט אז אקאנער האט געהאט אויסגעגעבן 2.6 מיליאן דאלאר פאר עדס, אקעגן בלויז 500,000 דאלאר וואס באלדערסאן האט אויסגעיגעבן, אבער יעצט אריינטרענטענדיג אינעם וואל טאג האלט שוין באלדערסאן ביי איבער 4 מיליאן דאלאר אין ווערט פון עדס, און אקאנער האלט נאך ביי אונטער 3 מיליאן. דעם פארגאנגענעם שבת האט פרעזידענט טראמפ אפגעהאלטן א ריזיגע מאסן ראלי פאר באלדערסאן, מיט די באטייליגונג פון איבער 30 טויזענט מענטשן, וואס האט שטארק אויפגעהייטערט די רעפובליקאנער מאסן, און אריינטרעטענדיג אינעם וואל טאג האט געהערשט גרויס אפטעמיזם ביי באלדערסאנ'ס לאגער אז עס וועט אים געלונגען צום סוץ אנצוהאלטן דעם זיץ. אנקעטעס פון פאריגע סוף וואך האבן געוויזן א אייניגע שטארקייט און א מורא'דיגע נאנטע פארמעסט, אבער דאס איז געווען נאך בעפאר פרעזידענט טראמפ'ס שבת'דיגע ראלי.

די רעפובליקאנער קאנגרעסיאנאלע פירער לייגן אויך שטארקע האפענונג אויף די מידטורם וואלן, לכבוד דעם גינסטיגע דזשאבס באריכט וואס איז ערשינען דעם וואך פרייטאג, וואס צייגט אז עס איז צוגעקומען דעם פערטעל יאר 2.6 מיליאן דזשאבס ביי די אמעריקאנע באפעלקערונג, דאס איז אין צוגאב צו דער שטארקער וואוקס פון דער פריעדיגער פערטעל ביי וועלכער עס איז צוגעקומען 3.1 מיליאן דזשאב'ס, דאס זענען רעקארד גוטע נומערן וואס מען האט שוין לאנג נישט געזען ביי א דזשאב'ס באריכט, און אז מען שטעלט דאס צונויף מיט די רעקארד נומערן אויפן סטאק מארקעט, וואס זענען אריין און אזא סארט 'טראמפ עפאכע' אין פולן זין פונעם ווארט, האט מען דא גאר א שטארקע קעיס פארצושטעלן פאר די אמעריקאנע באפעלקערונג, פון א מעכטיגע בליענדיגע עקאנאמיע. די קאנגרעסלייט וועלן טראומפירן אין זייערע דיסטריקטן מיט דעם רעפובליקאנע 'טעקס קאט', וואס האט גורם געווען צו דער געוואלדיגע שפע. כאטשיג וואס דער טיימס האט אנגעוויזן, אז רוב פון די צוגעקומענדיגע דזשאב'ס זענען אין די גרויסע סיטיס ווי ניו יארק און קאליפארניע, און האבן נישט ממש דירעקט געהאלפן מענטשן אין טראמפ דיסטריקטן ווי אהייא, אבער דער טיימס זעלבסט האט אנערקענט, אז מענטשן פון איבער גאנץ אמעריקע קומען ארבעטן און פארדינען אין ניו יארק, און מען קען נישט וויסן ווי די מענטשן וואוינען עכט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל