עזה – אן אנאנימער הויכראנגיקער כאמאס באאמטער זאגט, אז כאמאס גייט מעגליך דערגרייכן א לאנגטערמיניגע דיעל מיט מדינת ישראל, און עס וועט אונטערגעשריבן ווערן ביים ענדע חודש אוגוסט. לויט'ן כאמאס באאמטן, וועט דער דיעל ברענגען אמווייניגסטנס פינף יאר פון רואיגקייט, און ביידע זייטן וועלן דארפן אויפגעבן פארשידענע זאכן. כאמאס וועט אפשטעלן די פייער קייט און פייער באלון אטאקעס קיין מדינת ישראל, און וועט אויך צוריקגעבן די קערפער פון די פארכאפטע איזראעלישע זעלנער, און פון די אנדערע זייט וועט מדינת ישראל העלפן אוועקשטעלן א לופטפעלד און א ים פארט אינעם סיני ראיאן, פאר די פאלעסטינער. דער דיעל וועט קומען נאכדעם וואס כאמאס האט קלארגעשטעלט, אז זיי זוכן נישט קיין צייטווייליגן דיעל, נאר א לאנגטערמיניגע אפמאך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל