טעהראן – דער איראנער פארלאמענט האט געשיקט א שטרענגן איינלאדענונג פאר זייער פרעזידענט כאסאן רוכאני, פארלאנגענדיג אז ער זאל קומען אויפטרעטן און געבן אן ערקלערונג איבער'ן גאר שוואכן עקאנאמישן צושטאנד אין לאנד.

דער איינלאדענונג פאר רוכאני, וואס ער האט א מאנאט צייט דאס אויסצופאלגן, קומט אין א צייט וואס די איראנער עקאנאמיע פלאגט זיך מיט כמעט פולקאמע צוזאמפאל, און דער איראנער ריאל וואלוטע שטייט היסטאריש נידריג, ביי 44 טויזנט ריאל קעגן איין אמעריקאנער דאלער. זיי ווילן הערן פון רוכאני, פארוואס דער צושטאנד איז נישט פארבעסערט געווארן, ווי ער האט געהאט פארשפראכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל