פרעזידענט טראמפ מיט די רעפובליקאנער האבן נעכטן געהאט גאר א גוטע טאג אויף דעם פאליטישן שאך ברעט, ווען פרעזידענט טראמפ האט געזיגט אין אלע פאליטישע שלאכט פעלדער וואס איז פארגעקומען נעכטן, נעמליך, אלע זיינע אינדארסירטע פריימערי קאנדידאטן האבן געווינען זייערע פארמעסטן, וואס דאס נעמט אריין עטליכע באזונדערע קאנגרעס פריימערי פארמעסטן אין וואשינגטאן – מיזורי – קענזעס – און מישיגן, ווי די קאנגרעס קאנדידאטן וואס פרעזידענט טראמפ האט געשטיצט האבן געווינען דעם פארמעסט, און זיי וועלן זיין די פארטיי'ס קאנגרעס קאנדידאטן אין נאוועמבער. עס זענען אויך געווען עטליכע סענאט פריימעריס און אויך גאווערנער פריימעריס, ווי פרעזידענט טראמפ'ס קאנדידאטן האבן געווינען אין דעם מישיגען סענאט פריימערי, און אין דעם מישיגען גאווערנער פריימערי, און אין דעם מיזורי סענאט פריימערי, וואס דאס מיינט אז די רעפובליקאנער קאנדידאטן פאר די אלע אויבנדערמאנטע פארמעסטן, וועלן זיין טראמפ'יסטישע קאנדידאטן. דאס איז א פערזענליכע שטארקע געווינס פאר פרעזידענט טראמפ, אבער אויך גאר גוטע נייעס פאר די גאנצע רעפובליקאנער פארטיי, ווי מיר וועלן עס באלד אויסשמועסן מער באריכות.

אבער בעיקר האט זיך ארויסגעזען פרעזידענט טראמפ'ס שטארקייט, ביי צוויי גאר נאנטע פארמעסטן, און אויך די מידיא האט זיך בעיקר אויף דעם קאנצענטריט. דער ערשטע שטארקע געווינס און 'הויפט פרייז געווינער' איז פארגעקומען אין אהייא, ווי דער רעפובליקאנער קאנדידאט 'טרוי באלדערסן' האט באזיגט דעם דעמאקראטישע קאנדידאט 'אקאנער' פאר דער צוועלעפטער קאנגרעס זיץ אין אהייא, באלדערסאן האט געזיגט מיט ווינציגער פון א פראמענט, 50.2 פאר באלדערסאן אקעגן 49.3 פאר אקאנער, אין שטימען איז עס אויסגעקומען 101,574 שטימען פאר באלדערסאן צו 99,820 שטימען פאר אקאנער, דאס איז טייטש א געווינס פון בלויז 1800 שטימען פון ארום 200,000 אפגעגעבענע שטימען. דער געווינס איז געווען אקעגן די 'פאולס', וואס האבן נאך אפילו מאנטאג געוויזן אז אקאנער שטייט פאראויס מיט ארום צוויי פראמענט. דער פארמעסט איז געווען א 'ספעציעלע עלעקשאן', צוליב וואס דער קאנגרעס זיץ איז פלוצלונג ליידיג געווארן, נאך דעם וואס דער אמטירענדער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן האט רעטייערט פאר א פריוואטע ביזנעס דזשאב, וואס דאס באדייט אז דער געווינער 'באלדערסאן' גייט תיכף אריין דינען אלט'ס קאנגרעסמאן אין קאפיטעל היל. דער געווינס דארף אבער נאך אפיציעל באשטעטיגט ווערן, וואס וועט נישט געשען אזוי שנעל, צוליב די געוואלדיגע נאנטקייט צוישן די צוויי קאנדידאטן.

די צווייטע ברייט געדעקטע פארמעסט, וואס איז אויך געווען משונה'דיג שארף נאנט, איז געווען ביי די רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט פאר די קענסעס גאווערנער פאזיציע. דער פארמעסט איז פארגעקומען צווישן דער אמטירענדע גאווערנער און אינקאבמענט קאנדידאט 'קוילער' און דער רעוועלוציאנערישע טראמפ געשטיצטע קאנדידאט 'קאובאך', מיט הונדערט פראצענט פריסינק'ס רעפארטעט, האלט דער ציילונג צעטיילט אזוי שארף ווי דער שפיץ פון א מעסער... 40.6 פאר קאובאך צו 40.5 פאר קוילער, אין שטימען קומט עס אויס נאך מער בולט'ער נאנט, 126,257 שטימען פאר קאובאך צו 126,066 שטימען פאר קוילער, א אויבערהאנט פון 'בלויז' 190 שטימען פון צווישן 250,000 אפגעגעבענע שטימען, ניטאמאל א שטיקל עפעס אז מען זאל קענען זאגן אז קאובאך איז אריינגעקומען שטערקער מיט א...?? למעשה אבער האט פרעזידענט טראמפ'ס קאנדידאט באזיגט דעם לאנג יעריגע אמטירענדע רעפובליקאנער גאווערנער, וואס דאס איז א פערזענליכע שטארקע געווינס פארן פרעזידענט, וועלכע ווייזט מיט דעם אז ער איז דער טאן געבער אין דער פארטיי, און ער איז דער וואס איז ביכולות צו שטעלן קאנדידאטן כרצונו, און ברצונו מרחיב און ברצונו מקצר, און אלע קאנדידאטן דארפן זיך שטעלן אין זיינע ראמען. דער געווינס איז פארשטייט זיך נאך נישט באשטעטיגט, צוליב דער אויסערגעווענליכע שטארק נאנטער אויסגאנג.

די רעפובליקאנער האבן שטארק גע'יובלט מיטוואך, ווען עס איז באקאנט געווארן די תוצאות פון די צוויי נאנטע פארמעסטן, דער רעפובליקאנער קאנגרעס קאמיטי האט שוין דינסטאג 12:00 אזייגער ביינאכט אנערקענט באלדערסאנ'ס געווינס איבער אקאנער, כאטשיג קיין שום נייעס סטאנציע האט זיך נאך דאן נישט געטרויעט דאס צו טון, צוליב דער געוואלדיגע נאנטקייט צווישן די צוויי קאנדידאטן, ווידער קאובאכ'ס געוינס האט שוין גארנישט צו טון מיט די רעפובליקאנע קאנגרעס קאמיטי, נאר דאס איז א אינערליכע פארטיי אישו פונעם קענזעס רעפובליקאנער פארטיי, און די האבן נאך דערוויל בשעת די שורות ווערן געשריבן נישט אנערקענט אין קיינעמ'ס געווינס צוליב די אויסערגעווענליכע שארפע נאנטקייט. אבער אויף די רעפובליקאנער נעטוואורק'ס און טאק שאו'ס האט מען שוין יא דערקלערט אלע ביידע פאר זיכערע געווינער'ס, (וואס למעשה איז טאקע אזוי מסתבר כמעט זיכער), און אויך פרעזידענט טראמפ האט מיטוואך אינדערפרי ארויסגעשיקט א רייע מיט זיגרייכע טוויט'ס ווי ער האט זיך אליינ'ס באגריסט פאר זיינע שטארקע געווינסן, און אין זיין חשבון זענען שוין געוען אריינגערעכנט ביידע אויבנדערמאנטע פארמעסטן.

צום ערשט האט פרעזידענט טראמפ ארויסגעשיקט א טוויט דינסטאג ביינאכט, שרייבענדיג " 5-5 !"... וואס דאס האט געמיינט צו זאגן אז ער האט געזיגט אין אלע קאנגרעס פריימערי קאנדידארטן פארמעסטן, וואס אין טאטאל זענען זיי געווען פינעף פלעצער ווי ער האט אינדארסירט קאנדידאטן, און אלע פינעף האבן טאקע געווינען. שפעטער מיטוואך אינדערפרי האט פרעזידענט טראמפ געטוויטעט "פון די לעצטע 9 קאנגרעס פארמעסטן זינט איך בין אריינגעקומען אין אפיס האבן מיר געווינען 8 דערפין! אויב אבער דו וועסט אויסהערן די 'פעיק ניוז' מידיא וועסטו מיינען אז אונז זעמיר טאטאל צוברעקלט.. פארוואס קענען זיי נישט זיין אויפריכטיג? פארוואס זענען זיי אזוי אומגערעכט אקעגן די רעפובליקאנער און אייער 'באליבטע' פרעזידענט..?" שפעטער אין טאג האט דער פרעזידענט געטוויטעט: "ווי לאנג איך טו קאמפיינען אדער שטיצן קאנגרעס אדער סענאט קאנדידאטן (וואס זענען "אין ריטש") וועלן זיי געווינען! אויב איך וועל האבן צייט צווישן טשיינע, איראן, און אונזער עקאנאמיע און אסאך מער, (איך וועל מוזן מאכן צייט...) דאן וועלן מיר האבן אין נאוועמבער א ריזיגע "רויטע כוואליע"....." די טוויט'ס זענען ארויסגעקומען בענעזאם מיט א געהיימע באריכט פון די ווייסע הויז, אז דער פרעזידענט פלאנט אפצוהאלטן פון יעצט ביז די וואלן כאטשיג 200 ראליס...! איבערן גאנצן לאנד, בערך פינעף זעקס שטיק א טאג! און אזוי ארום פארזיכערן אז עס וועט טאקע זיין א רויטע כוואליע אין נאוועמבער...

די דעמאקראטן האבן אפגעלאכט פון די רעפובליקאנער נצחונות... טענה'דיג אז די 12 'טער קאנרעסיאנאלע דיסטריקט אין אהייא וואלט ווען געדארפט זיין א קינדער שפיל פאר די רעפובליקאנער, זייענדיג א דיסטריקט וואס פרעזידענט טראמפ האט געווינען אין 2016 מיט 11% , און וואס פארמאגט א רעפובליקאנער פארטרעטער פאר די לעצטע פערציג יאר, ממילא וואס איז די גרויסע שמחה דא? אז די רעפובליקאנער האבן קוים קוים ארויסגעקוועטשט א זיג מיט ווייניגער פון א פראצענט...? לויט די דעמאקראטן איז אדרבה, פון דא איז א ראיה אין וואספארא שווערע מצב די רעפובליקאנער האלטן, אז אפילו אין זייערע היים פעסטונגען מוזן זיי גאר שווער ארבעטן פאר עקזיסטענס. אזוי פיל זענען זיי יא מודה, אז דאס אז אלע טראמפ'ס אינדארסירטע קאנדידאטן האבן געווינען, איז גוטע נייעס פאר די רעפובליקאנער, ווייל ווען דער פרעזידענט איז דער פירער פון זיין פארטיי, און אלע קאנדידאטן שפירן זיך באקוועם מיט זיינע אינדארסמענט'ס, דאן הערשט א טאן פון זיגרייכקייט אינערהאלב דער פארטיי, און עס איז פיל פיל גרינגער צו מארשירן צו א געווינס. אנדערש איז ווען פארשידענארטיגע קאנדידאטן מאכן שבת פאר זיך, און זוכן צו אנטלויפן פון דער אמטירענדע פרעזידענט, וואס דאן שלעפט דאס אראפ דער גאנצע מאראל פון דער פארטיי, און מאכט דאס צעשפליטערט און צוריסן צווישן זיך. ממילא אז עס איז געלונגען פאר פרעזידענט טראמפ זיך צו באפעסטיגן אין זיין פארטיי, איז דאס א שטארקע פלאס פאר די רעפובליקאנער.

למעשה אבער, זענען די דעמאקראטן נישט גערעכט. פאר צוויי סיבות. קודם כל איז א יעדע איינציגסטע פארמעסט לאקאליזירט פאר אירע אייגענע סיבות, און מען קען נישט אלט'ס בויען אז די דיסטריקט איז א רויטע אדער א בלויע דיסטריקט. עס פעלן נישט משלים איבער גאנץ אמעריקע ווי אין שטארקע רויטע אדער בלויע דיסטריקטן, איז פלוצלונג אריינגעקומען א יונגע כאריזמאטישע קאנדידאט וואס האט געווינען טראץ וואס ער איז אנדערש ווי רוב דיסטריקט. דא אויך אין דיסטריקט 12 אין אהייא, איז די רעדע פון א אפענע זיץ, ווארום דער אמטירענדע קאנגרעסמאן האט רעטייערט, און קיין איינער פון די צוויי קאנדידאטן איז נישט געווען באקאנט בכלל איבערן דיסטריקט, וואס מאכט עס זייער שווער פאר דער טראדיציאנאלע שטארקער צו איינקעש'ן זיין נאטירליכע שטארקייט, און פונקט האט זיך געמאכט אז דער דעמאקראטישע 'אקאנער' איז עפעס געווען מורא'דיג כאריזמאטיש (ער איז יונג און טונקל) און האט דערמאנט פולע פון פרעזידענט אבאמא, ממילא האט ער באוויזן זיך ארויפצודראפעוען זייער שטארק אינעם פארמעסט, און א גאנצע צייט איז ער טאקע אלט'ס געלאפן פאראויס פון באלדערסאן מיט 3 אדער 4 פראצענט.

למעשה אבער, ווי נאר פרעזידענט טראמפ האט אפגעהאלטן פאר אים דעם שבת א מעכטיגע ראלי, און ער האט אים פייערליך אינדארסירט, האט דאס זעט אויס געגעבן א שטארקע שטופ פאראויס פאר באלדערסאן, און דאס האט אים געמאכט געווינען די וואלן. די צווייטע סיבה פארוואס די דעמאקראטן זענען נישט גערעכט איז, ווייל רוב פון די "טאס אפ" דיסטריקטן וואס זענען זייער שמאל אין די אנקעטעס זענען רעפובליקאנער דיסטריקטס, בלויז 2 דיסטריקטס זענען דעמאקראטישע און 36 זענען רעפובליקאנע, און עס פעלט זיך אויס פאר די רעפובליקאנער כאטשיג 18 געווינסן אז זיי זאלן קענען אנהאלטן קאנטראל אין קאנגרעס. קומט אויס אז רוב פון די אמת'ע שלאכטן וועלן פארקומען אין עכטע רעפובליקאנער רויטע דיסטריקטן. יעצט איז אזוי, אויב איז פרעזידענט טראמפ'ס כח אזוי שטארק אז מיט בלויז איין מעכטיגע ראלי, בייגט ער אריבער דער באלאנס לטובת דער רעפובליקאנער קאנדידאט, )פארשטייט זיך טאקע, אז נאר ביי א נאנטע פארמעסט, און ביי 'א רויטע דיסטריקט'(, דאן זענען די דעמאקראטן טאקע אויף געהאקטע צרות... און פרעזידענט טראמפ וועט באמת האבן א מאסיווע "רויטע כוואליע" אין נאוועמבער...! פארשטייט זיך נאר אויב ער וועט טרעפן צייט....

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל