דמשק - דער סירישער פרעזידענט באשאר אסאד האט געזאגט פאר זיינע טרופן אז זיי זענען נאענט צו געווינען די זיבן יעריגע מלחמה נאך פרישע סוקסעסן אויף די רעבעלן. אנפאנג די פארלאפענע יאר האט די אסאד רעגירונג געהאט קאנטראל איבער בלויז 17 פראצענט פון די לאנד'ס טעריטאריע, אבער א סעריע פון שווערע אטאקעס אויף די רעבעלן האט ארויסגעצווינגען די אויפשטענדלער פון זייערע פעסטונגען, און די אסאד רעגירונג איז אצינד אין קאנטראל פון נאענט צו צוויי דריטל פון דאס לאנד.

אין א בריוו וואס אסאד האט געשריבן צו זיין מיליטער זאגט ער אז "אונזער דאטום פון זיג איז גאר נאענט". די סירישע ארמיי איז ארויסגעהאלפן געווארן דורך רוסישע לופט אטאקעס און די הילף פון איראנער מיליטערישע ראטגעבער און אירע חיזבאלע קעמפפער. די פארמערטע שלאכטן קומען אצינד פאר אויף די דרום זייט פון סיריע, נאענט צו די גרעניץ מיט מדינת ישראל, וואו אסאד האט פארשפראכן צו פארשטערקערן זיינע אטאקעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל