פלארידע – דער   72 יעריגער מיאמי ביעטש איינוואוינער וואלטער סטאלפער איז אריגינעל אנגעקלאגט געווארן אויף אטעמפטעד (פראבירטע) פורסט דעגרי מערדער, ארסאן, און פארמאגן א דעסטרוקטיווע כלי, נאכדעם וואס ער געסטראשעט אז ער וועט אונטערצינדן און פארברענען די געביידע פון וועלכע ער פלעגט וואוינען און איז ארויסגעווארפן געווארן.

ער איז ארעסטירט געווארן אינמיטן שלעפן צוויי פלאסטישע קאנעס אנגעפילט מיט ברענשטאף אינעם גאראדזש פון דער געביידע אויף קאלינס עוועניו, און די פאליציי האט געטראפן נאך אכט פון די זעלבע קאנעס אין א מיסט קאסטן נעבן דער געביידע. איינוואוינער האבן אלארמירט די פאליציי איבער דעם, נאכדעם וואס ער האט געסטראשעט און געשריגן אז ער וויל אונטערצינדן דאס פייער "אומצוברענגען אלע אידן". סטאלפער האט געלייקנט און געזאגט פאר די פאליציי אז ער האט פשוט פלאנירט "א קליינע בארביקיו".

יעצט האט די סטעיט צוגעלייגט די קלאגע פון "העיט קריים" (האסע).

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל