א 71-יעהריגער מאן האט היינט צופרי אריינשפאצירט אין די וועסטשעסטער מעדיקעל צענטער, און ארויף צו די פערטע שטאק, ווי ער האט דערשאסן זיין ווייב צום טויט, און דאן געשאסן זיך אליינס, אין א מערדער-זעלבסמארד אקט.

די פּאָרפאָלק זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס ריטשארד דעלוסיאַ און ענן דעלוסיאַ, א פאַרהייראַטע פּאָר פון יאָרקטאַון.

אין א נאטיץ וואס ער האט איבערגעלאזט אינדערהיים, האט ריטשארד געזאגט אז ער איז געווען איבערגענומען און באזארגט איבער זיין ווייב'ס מעדעצינישע פראבלעמען, און האט געוואלט ענדיגן אירע ליידן. עס איז נישט קלאהר פון וואספארא געזונטהייט פראבלעמען זי האט געליטן, און פארוואס זי איז יעצט געווען אין שפיטאל.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל