מאנהעטן. – נעכטן האט דער ניו יארק סיטי קאונסיל באשטעטיגט א ביל, וועלכע וועט שטארק איינצוימען אזעלכע פירמעס ווי "אובער" און "ליפט", צילנדיג צו ראטעווען די געפלאגטע געלע טעקסי אינדוסטריע אין די סיטי. אובער און ליפט האבן רעאגירט מיט גרויס אויפברויז, און האבן פארשפראכן צו פרובירן עס צו באקעמפן.

דער ביל וועט ערלעדיגן, אז פאר גאנצע צוועלף מאנאטן וועט די סיטי נישט ארויסגעבן קיין שום רעגיסטראציע באשטעטיגונג פאר נייע דרייווערס פון אובער און ליפט. די סיטי וועט אויסנוצן די צוועלף מאנאטן אויף צו שטודירן דעם אימפאקט וואס די פארגעשריטענע טעקסי פירמעס האבן אויף די סיטי. אין די צוועלעף מאנאטן, אויב א דרייווער וויל באקומען א רעגיסטראציע צו דרייוון א פשוט'ן טעקסי, וועט מען דאס ווייטער קענען באקומען.

דער ביל וועט אויך שטעלן א מינימום וועידזש וואס די טעקסי פירמעס וועלן מוזן באצאלן פאר זייערע דרייווערס. לויט א סטעיטמענט פון ליפט, טוען זייערע ניו יארק סיטי דרייווערס פארדינען אין דורכשניט 24 דאלער און 14 צענט א שטונדע, בעפאר אויסגאבן, וואס קומט אויס בערך 16 און אהאלב דאלער נאך אויסגאבן. דאס איז גאנץ נאנט צו די סיטי'ס פארלאנג פון א מינימום וועידזש פון 17 דאלער און 22 צענט פער שעה פאר די דרייווערס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל