די פראַזע "אפגעטוהן אויף טערקיש" האט אנגענומען א נייע לעבנס-פאָרם... בירגער אין טערקיי זענען אויפגעברויזט אויף טראמפ'ס אינטערנאַציאָנאַלע פאליסי און סאנקציעס, און גיסן אויס זייער כעס אויף אמעריקאנער פראדוקטן...

אין די צוויי ווידיאס זעהט מען, ווי טערקישע בירגער זענען משחית זאכען געמאכט דורך אמעריקאנער פירמעס. אין די ערשטע ווידיא, זעהט מען ווי זיי צוקלאפן עפל אייפאונס (נישט פאר אנטי-טעכנאלאגיע אידעאָלאָגיע). אויף די צווייטע ווידיא, זעהט מען ווי א קינד גיסט אויס זיין אקורשט-געקויפטע פלעשל קאקא קאלא.

א שאד זיי פארשטייען נישט, אז די אמעריקאנער פירמעס קימערן זיך נישט וואס מען טוט מיט די פראדוקטן, ווילאנג עס ווערט באצאלט. ספעציעל איז דאס פראפיטבאר פאר די אמעריקאנער פירמעס אויב זיי בעטן זיך מארגן איבער, און וועלן דארפן קויפן נאך פון די אלע געשעדיגטע פראדוקטן און עסן...

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל