פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט געווארענט אז לענדער וואס וועלן פירן געשעפטן מיט איראן, וועלן "נישט קענען טוהן געשעפטן מיט אמעריקע", ווען זיין אדמיניסטראציע האט היינט צוריק ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף די מיטל מזרח לאנד.


בילד

אין א פריע טוויט, האט טראמפ געשריבן 5:30 פארטאגס, אז די מיטלען קעגן איראן זענען "די מערסטע בייסענדיגע סאנקציעס פון זיי ווען אימער", און האט געווארנט אז די סאנקציעס וועלן "נאכמער ארויפשרויפן אין נאוועמבער", ווען די סאנקציעס אויף איראנער אויל ווערט פעליג. "איך בעט פאר פרידען איבער די וועלט, גארנישט ווייניגער!", האט ער צוגעלייגט.
 טוויט

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל