רוים – איטאליע'ס פרעמיער מיניסטער האט נעכטן אפגעשטאט א באזוך אין שפיטאל, ביי די מענטשן וועלכע זענען פארוואונדעט געווארן, ווען א טאנקער טראק מיט ברענשטאף האט געקראכט און אויפגעריסן אויף א שאסיי נעבן באלאניע, איטאליע. פראקורארן האבן באזונדער געמאלדן, אז זיי האבן געעפנט א ברייטע אויספארשונג, צו דערגיין וואס האט צוגעפירט צום פאטאלן צוזאמשטויס און אויפרייס פון מאנטאג, ביי וועלכע דער טאנקער טראק דרייווער איז אומגעקומען, און די בריק, אויף וועלכע דער אויפרייס האט פאסירט, איז טיילווייז צוזאמגעפאלן פונעם קראפט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל