שווייץ – א פאלעסטינער פארשוין וועלכער איז איבערגעפאלן א איד מיט א קאפל אויפ'ן קאפ, אויף א באן אין עסטרייך, איז פאראורטיילט געווארן צו פיר מאנאטן טורמע, אבער ער איז נישט דערקלערט געווארן שולדיג אויף א האס–פארברעך. דער אינצידענט האט פאסירט אין פעברואר אויף א באן נעבן דער שטאט לוסאן, וואו דער פאלעסטינער איז איבערגעפאלן דעם איד, רויבנדיג זיין טייערן זייגער, און צעברעכנדיג זיינע גלעזער. דערנאך האט דער פארשוין אויך פיזיש געשטויסן און געשלאגן דעם איד, איבערלאזנדיג אים היפש פארוואונדעט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל