קאליפארניע – דער סיטי קאונסיל אין לאס אנדזשעלעס באטראכט א פלאן, ארויפצושטעלן א פולקאמען פארבאט אויף פארקויפן סיי וועלכע אריגינעלע און אויטענטישע פעל פון באשעפענישן. מען הערט אבער פון ארטיגע אידישע איינוואוינער, אז זיי האבן באקומען א פארשפרעכונג, כאטש פון איין סיטי קאונסיל מיטגליד, פאול קאורעטז, אז ער וועט ארבעטן שווער אז דער נייער פארבאט זאל זיך רעכענען מיט'ן פאקט אז חסידי'שע אידן גייען מיט'ן שטריימל–לבוש אום שב"ק, וואס זענען מערסטנס געמאכט פון אויטענטישע פעל, און האפנטליך וועלן זיי זיין אויסגעשלאסן פונעם פארבאט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל