קאליפארניע - פינף מענטשן זענען געשטארבן היינט, ווען א צווילינג-ענדזשין פליגער וואס האט זיך געהויבן פון קאנקארד'ס בוקענען פיעלד לופטפעלד, האט געקראכט אין א פארקינג לאט נעבן די "סאוט קאוסט פלאזא" שאפינג צענטער.

די פליגער האט געהאט דערקלערט אן עמורדזשענסי אנקומענדיג צו די "דזשאן וועין" לופטפעלד. די פליגער איז געווען רעגיסטרירט צו א סאן פראנציסקא פירמע, לויט די עף.עי.עי. רעקאָרדס.

אלע פינף וואס זענען געשטארבן, האבן זיך געפונען אויף די סעסנא 414 פליגער פאר'ן קראך. קיינער אויפ'ן פליגער האט איבערגעלעבט די קראך. עס האט נישט געברענט קיין פייער, און קיינער אויף דער ערד איז נישט באריכטעט געווארן פארוואונדעט. די אייגענטומער פון די קאר וואס די פליגער האט אויסגעשאסן אירע פעסטערס, איז געווען אין א געשעפט איינקויפן.

בילד

בילד





אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל