קארהאנקסאן - מיידלעך אין די סאטמארער "אלטע" זומער קעמפ האבן אפגעאטעמט, ווען א אַנאָנימע ריכטער פון ברוקלין האט ארויפגעשטעלט א צייטווייליגע אפשטעל אויף די אלסטער קאונטי העלט דעפארטמענט'ס באפעל צו פארשפארן מאנטאג די קעמפ, א וואך פאר די הנהלה האט פלאנירט צוצומאכן.

ווי באריכטעט אנפאנג וואך, האבן זיך די שכנים אפגערעדט איבער די גרויך פון די קעמפ'ס נאכגעלאזטע אפלויף סיסטעם, און די שטאט האט באשלאסן עס צו פארשפארן. אלסטער קאונטי האט נעכטן אווענט געזאגט, אז די קעמפ האט באקומען אן ערלויבעניש צו אנגיין מיט די קעמפ א טאג צוריק (מאנטאג), פאר די 5 נאכמיטאג טערמין וואס די קאונטי האט ארויפגעשטעלט צו פארשפארן.

יעצט נאך די געריכט'ס "ריסטרעינינג ארדער", האט די קאונטי אויסגעארבעט א אפמאך מיט די קעמפ, אז די פאַרוואַלטונג וועט טעגליך ארויספּאָמפּן די אפלויף מאטעריאל ביז זי מאכט צו די קעמפ די קומענדיגע מיטוואך. קעמפ רב טוב מוז איינלייגן פערציג טויזנט דאלער אין א עסקראו פאנד, צו באצאלן פאר די קאסטן פון די טעגליכע רייניגונגן. זי האט זיך אויך אונטערגענומען צו אינסטאלירן א נייע סעפטיק סיסטעם וואס די קאונטי וועט באשטעטיגן, פאר זי נעמט ארויס די פערמיטן פאר די קומענדיגע יאהר.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל