פּערל, מיסיסיפי - אַ שוידערליכע ווידיאָ פון אַ דעש-קעם ווייזט, ווי אַ קאַר דרייט זיך איבער פון אַ עקסידענט, און פליעט אַריבער די ליניע, אַריין ערשט אין איין קאַר און דאַן אין אַ שולע באָס, וואָס ביידע האָבן דאָרט געוואַרט אויף די גרינע ליכט.

די מענטשן פון די ערשטע קאַר און דער דרייווער פון די באָס, זענען אַריינגעפירט געוואָרן אין שפּיטאָל מיט מינימאלע וואונדן. דער קאַר דרייווער, דער 24-יעהריגער עריק פּעיטאָן פון דזשעקסאָן, מיסיסיפי, איז אַרעסטירט געוואָרן נָאך די עקסידענט, פאַר'ן דרייוו'ן אָהן אינשורענס. די אינצידענט האָט פּאַסירט אויף עירפּאָרט ראָוד אין פּערל.

בילד

👈 זעהט ווידיא

באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל