וואשינגטאן, די.סי. - אין א נייע ארויסגערינענע אודיא רעקארדינג, שלאגט פאָר דער טשערמאַן פון די הויז שפיאנאזש קאמיטע, דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דעווין נונעז פון קאליפארניע, אז די פארטיי מוז אנהאלטן קאנטראל פון די רעפרעזענטאַטן הויז, כדי צו קענען באשיצן פרעזידענט טראמפ פון דעם ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער.

"אויב סעשאנס ציעט נישט צוריק פון זיין רעקיוז (זיין זיך ארויסציען פון די טראמפ-רוסאנד אויספארשונג, צוליב זיינע נגיעות) און מוללער ריינוואשט נישט דעם פרעזידענט, זענען מיר די איינציגסטע, וואס איז מסוכן, מיר דארפן אנהאלטן די זיצן", האט נונעס געזאגט ביי א פריוואטע שנאר דינער, וואס די רעקארדינג איז ארויסגערינען צו רעיטשעל מעדאו פון עם.עס.ען.בי.סי.

הער די פיר רעקארדינגס, מיט ווארט-ביי-ווארט איבערטייטשונג

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון אפרים הערשקאוויטש צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)


די רעקאָרדינגען

טראמפ'ס טוויטס מאכט ציטערן

"זיי ווייסן אז ס'איז לעכערלעך נאכצוגיין נאכ'ן פרעזידענט פאר "אבסטראקשאן אוו דזשוסטיס" (פארשטעלן יוסטיץ). אבער אויב זיי זאגן איבער א ליגנט גענוג מאל, און זיי לייגן עס ארויס, און זיי זאגן 'אה, מיר קוקן אויף די טוויטס', ווייל איר ווייסט דאך איר האט א צומישטע זאק מיט טוויטס, ריכטיג? ווי אסאך מאל האסטו ליעב די פרעזידענט'ס טוויטס, אסאך מאל ציטערן מיר איבער די פרעזידענט'ס טוויטס. אבער זיי פראבירן דאס צו מאכן פאליטיש."


די באקומענע אימעילס פון רוסלאנד איז קרימינאל

"יעצט, אויב איינער מיינט אז מיין קאמפיין, אדער קעטי'ס קאמפיין, מאכט קאלושאן מיט די כינעזער, אדער סיי וועלכע לאנד, העי, ס'קען פאסירן, עס וואלט געווען זייער א שלעכטע זאך אויב קעטי באקומט געהיימעניסן פון די פארטוגעזער, לאמיר זאגן, סתם ווייל אין בין פון פארטוגאל, מיין פאמיליע איז. אלזא אויב קעטי וואלט באקומן סודות פון די פארטוגעזער. איר פארשטייט. מעגליך יא אדער נישט געווענליך. אבער למעשה לאמיר זאגן די פארטוגעזער קומען און ברענגן איר גע'גנב'טע אימעילס, און זי באשלוסט דאס ארויסצוגעבן. אקעי, יעצט האבן מיר א פראבלעם, ריכטיג? ווייל איינער האט גע'גנב'ט די אימעילס, געגעבן צו קעטי, קעטי האט דאס ארויסגעשטעלט. אויב דאס איז די מעשה, איז דאס קרימינאל."


ס'איז נאר א פראגע פון צייט

איינער פון די פארזאמעלטע פרעגט דעם קאנגרעסמאן:
"אבער אויך, איבער זאכן וואס איז אויפגעברענגט געווארן אין 'די הויז' איבער ראזענשטיין אימפיטשמענט זאך. און פאר אן אינדרויסענדיגער האט עס אויסגעזעהן אז די ראפובליקאנער שטיצען דאס נישט."
דער קאנגרעסמאן ענטפערט:
"יא, במילא, טא ס'איז אביסל קאמפליצירט, ריכטיג? און איך זאג אז וויבאלד איר מוזט, מיר האבן נאך א געוויסע צאהל מאנאטן איבערגעבליבן, ריכטיג? טא מיר וועלן אייגענטליך שטימען צו אימפיטש'ן, אקעי, וואס דאס מאכט, איז דאס ברענגט אז די סענאט דארף עס דאן אויפנעמען. דאן דארפסטו באשלוסן וואס דו ווילסט טוהן, ווייל די סענאט האט נאר אזויפיהל צייט. ווילסטו דען אז זיי זאלן אלעס איבערלאזן און נישט באשטעטיגן די סופרים קאור ריכטער, די נייע סופרים קאור ריכטער? טא דאס איז א טייל פון די סיבה פארוואס. כ'גלייב נישט דו האסט. דו פארשטייסט נישט. און איך האב געזאגן ברבים אז עס קומט פאר ראזענשטיין מען זאל אים אימפיטש'ן. כ'מיין, טא, כ'גלייב נישט דו וועסט זיך אנשטויסן אין א קעגענערשאפט פון מיינע חברים. די פראגע איז נאר ווען, יעצט פאר די עלעקשאנס."
דאן האט זיך קאנגרעספרוי מעקמאריס ראדזשערס (פון וואשינגטאן סטעיט)  אנגערופן:
"אויך, די סענאט דארף אנהייבן..."
זי איז געווארן איבערגעהאקט דורך נונעז:
"די סענאט וועט דארפן אנהייבן, די סענאט וועט דארפן אפשטעלן אלעס וואס זיי האלטן אינמיטן און אנהייבן מיט די אימפיטשמענט אויף ראזענשטיין. און דאן איינשטעלן דאס נישט באקומען באשטעטיגונג פאר קעווענאו. טא ס'איז נישט קיין פראגע אויב איינער דא האט ליעב ראזענשטיין. ס'איז נאר א פראגע פון צייט."


אונז זענען טראמפ'ס לעצטע פארטיידיגונגס ליניע

"טא דא ליגט, טא דאס איז דיין קלאסישע קעטש-22 סיטואַציע ווי מיר זענען... דאס שטעלט אונז אין דייער א שווערע פאציזיע. אויב סעשאנס גיבט נישט אויף די 'רעקיוז' און מוללער טוט נישט ריינוואשן דעם פרעזידענט, זענען מיר די איינציגסטע. וואס איז באמת די סכנה. דערפאר האלט איך, און א דאנק פאר'ן זאגן דאס, כ'מיין אונז מוז מיר אנהאלטן די אלע זיצן. מיר מוזן אנהאלט די מאיאריטעט. אויב מיר האלטן נישט די מאיאריטעט, גייט דאס אלעס לאיבוד."


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל