אויטאריטעטן אין אינדאנעזיע האבן אראפגענומען די צונאמי ווארענונג, נאכדעם וואס א מאסיווע ערד ציטערניש האט אויפגעשאקלט די פאפולערע טוריזם געגנט פון באלי, א וואך נאכדעם וואס אן אנדערע ערד ציטערניש אין די זעלבע ראיאן האט אומגעברענגט איבער צען מענטשן.

די יו.עס. געאלאגישע סורוועי האט געזאגט אז די ערדציטערניש פון 7.0 אויפן ריכטערוואג איז באריכטעט געווארן 7:46 צופרי (ניו יארקער צייט) אין וואסער, זעקס מייל ארויס פון די לאמבאק אינזל, נישט ווייט פון באלי.

אפדעיט (זונטאג 3:07 נאכמיטאג): כאטש 37 זענען באריכטעט טויט פון די מאסיווע ערדציטערניש.

אפדעיט (זונטאג 4:30 נאכמיטאג): צאהל טויטע פון די מאסיווע ערדציטערניש אין אינדאנעזיע, שטייגט צו 82.

אפדעיט (דאנערשטאג 7:01 צופרי): צאהל טויטע געשטיגן צו 259. (פולע אפדעיט)

מאפע

נאך בילדער

שאדן אין די "בּאַלי גאַלעריע" שאפינג צענטער

בילד: בּאַלי גאַלעריע

בילד: בּאַלי גאַלעריע

בילד: בּאַלי גאַלעריע

שאדן אין די לופטפעלד

בילד: די לופטפעלד

בילד: די לופטפעלד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל