מיזורי - די דעמאקראטישע סענעטארשע קלעיר מעקעסקיל האט היינט געוואונען איר פארטיי'ס פריימערי, און דער רעפובליקאנער אטוירני דזשענעראל דזשאָש האולי האט געוואונען זיין פארטי'ס פריימערי, און וועלן לויפן איינער קעגן דעם צווייטן פאר די סענאט זיץ אין די נאוועמבער וואלן.

מעקעסקיל, וואס לויפט פאר איר דריטע טערמין, האב באקומען 82 פראצענט פון די דעמאקראטישע שטימעס, באזיגענדיג זעקס קליינע אומבאוויסטע קאנדידאטן. האולי האט גענומען 58 פראצענט פון די רעפובליקאנער שטימעס, באזיגענדיג צען אנדערע קאנדידאטן, אריינגערעכנט אוסטין פיטערסען, וואס איז אמאל געלאפן פאר פרעזידענט אונטער די "ליבערטעריען פארטיי" ליניע.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון אפרים הערשקאוויטש צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל