טויזנטער חרדי'שע פאמיליעס פארברענגען די פרייע זומער-וואכן אין אייראפּע, אין די בערג אדער אין רעזארט שטעט, און טיילמאל פירט דאס צו אנגעצויגענע געמיטער צווישן זיי און די לאקאלע איינוואוינער. עס זענען דא וואס זאגן אז דאס איז גלאט אנטיסעמיטיזם, וואס איז נאכנישט געשטארבן אין אייראפּע, און אז טראץ דעם פאקט וואס דער חרד’ישער ציבור אין אייראפּע וואקסט יעדן זומער, וואקסט אויך זייער פיינטשאפט. עס זענען אבער אויך פאראן וואס מאנען דעם חרד’ישן ציבור צו זיין מער פארזיכטיג ווען מ'געפינט זיך אויפ’ן אייראפּעאישן באדן, וואו די האס-געפילן קעגן אידן פון פאר דער צווייטער וועלט מלחמה האבן נאכנישט אויסגעוועפּט. דעריבער זאל מען זען צו פירן זיך אין איינקלאנג און שאפן א קידוש השם. ספּעציעל נישט פארלעצן די לאקאלע שטאטישע ארדענונג געזעצן, ווי שאפן איבריגע גערודער אדער איבערלאזן שמוץ אין גאס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל