דזשערעמי קארבין האט זיך אנטשולדיגט פאר די ווייטאג וואס די לעיבאר פארטיי האט געברענגט פאר אידן אין ענגלאנד, צוליב אירע אנטיסעמיטישע מיטגלידער, און האט צוגעזאגט אז די פארטיי וועט פארשנעלערן די פראצעס צו דיסציפּלינירן די וואס טשעפענען אידן.

אין א ווידיא מעסעדזש ארויגעשטעלט אויף סאשעל מידיא, האט די פירער פון די לעיבאר פארטיי געזאגט אז, צו ארבעטן מיט די בריטישע אידן צוריק אויפצובויען די צוטרוי, איז געווען א "גאר-וויכטיגע פריאריטעט".

"איך שפירט שלעכט פאר די ווייטאג וואס איז פאראורזאכט געווארן צו אסאך אידן. מיר האבן זיך צי שטייט אפגעגעבן צו אדרעסירן די קאלגעס, מערסטענס אנטיסעמיטישע זידלען אויך די אינטערנעט דורך פארטיי מיטגלידער. מיט באהאנדלען צו פארשנעלערען די פראצעס", האט ער געזאגט.

"אונזער פארטיי טאר קיינמאל נישט זיין קיין היים פאר אזעלכע מענטשן, און וועט קיינמאל זיין. מענטשן וואס נוצן אנטיסעמיטישע גיפט דארפן פארשטין: דו קענסט עס נישט טוהן אין מיין נאמען אדער די נאמען פון מיין פארטיי. דו ביסט נישט אונזער שטיצערס. און יעדער וואס לייקענט אז מיר האבן אזעלכע פראבלעמען, איז קלאר אומגערעכט, און א טייל פון די פראבלעם."

בילד


אויסשליסליכע באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל