די לעצטע באוואוסטע נאצי מיטאַרבעטער וואס וואוינט אין אמעריקע, א פינף און ניינציג יעהריגער לאגער וועכטער וואס האט געשפילט א וויכטיגע ראלע אין די מארד פון טויזנטער אידן הי"ד, איז היינט פארטאגס דעפארטירט געווארן קיין דייטשלאנד פון זיין ניו יארק היים, אויספירנדיג וואס די אמעריקאנער אַמבאַסאַדאָר צו דייטשלאנד האט אנגערופן א "שווערע אויפגאבע".

ריטשארד גרענעל, דער אמעריקאנער אַמבאַסאַדאָר וואס איז אנגעקומען קיין דייטשלאנד אנפאנג 2018 נאכדעם וואס א פאליטישע שפיל דורך די דעמאקראטן האט אויפגעהאלטן זיין באשטעטיגונג פון אדורכגיין אין די סענאט פאר לאנגע מאנאטן, האט געזאגט אין א אינטערוויו מיט פאקס ניוז, אז טראמפ - אליינס א ניו יארקער - האט אים באפוילן צו מאכן די דזשאקי פאליג (Jakiw Palij) ימ"ש דעפארטאציע א פריאריטעט.

"אייס", דער "אימיגראציע און קאסטומס ענפארסמענט" אגענטור וועלכע אינפארסירט אימיגראציע געזעצן אין לאנד, האט היינט אויסגעפירט די פרעזידענט'ס באפעל, אבער עס איז נישט געקומען גרינג. די דעפארטאציע קומט ענדליך נאך א לאנגע פארצויגענע דיפלאמאטישע פארהאנדלונג, און איז געווען קאמפליצירט, צוליב די פאקט אז פאליג איז נישט קיין דייטשע בירגער, און איז געבליבן א מענטשן אהן קיין לאנד נאכדעם וואס אמעריקע האט צוגענומען זיין בירגערשאפט אין 2003 (זעה דאקומענט אונטן).

די אמעריקע טענה צו דייטשלאנד איז נישט געווען א לעגאלע, נאר א מאראלישע, זינט ער האט געדינט די געוועזענע דייטשע רעגירונג, האט גרענעל ערקלערט.

דזשאקי פאליג האט זיך מודה געווען אין 2003 אז ער האט געדינט אין די טראוקיני קאָנצענטראַציע קעמפ אין די דייטשע-אקופירטע פוילן, ווי ער האט געהאט א "אומערזעצבארע ראלע" אין די מארד פון בערך זעקס טויזנט אידן הי"ד. ווען ער איז אריינגעקומען אין לאנד, האט ער געהאט דערקלערט אז ער האט געארבעט אין א פאַרם במשך די וועלט קריג.

זעה בילדער, ווידיאס און דאקומענטן

בילדער

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)


פרעזידענט טראמפ האט באפוילן "אייס" זאל ארויסווארפן דעם מערדער פון לאנד
פרעזידענט טראמפ האט באפוילן "אייס" זאל ארויסווארפן דעם מערדער פון לאנד

א בילד פון 1957, צוגעשטעלט דורך די יוסטיץ דעפט., ווייזט דזשאקי פאליג
א בילד פון 1957, צוגעשטעלט דורך די יוסטיץ דעפט., ווייזט דזשאקי פאליג

היינריך הימלער ימ"ש גרייכט הענט מיט נייע עס.עס זעלנער, אריינגערעכנט דזשאקי פאליג
היינריך הימלער ימ"ש גרייכט הענט מיט נייע עס.עס זעלנער, אריינגערעכנט דזשאקי פאליג

דזשאקי פאליג'ס אמעריקאנער וויזא, 1949
דזשאקי פאליג'ס אמעריקאנער וויזא, 1949

אלטע בילד פון דזשאקי פאליג'ס היים אין קווינס
אלטע בילד פון דזשאקי פאליג'ס היים אין קווינס

א בילד פון דזשאקי פאליג אין 2003
א בילד פון דזשאקי פאליג אין 2003

פראטעסטירער פארנט פון דזשאקי פאליג'ס היים אום אפריל 24, 2017
פראטעסטירער פון "רמב"ם מתיבתא" פארנט פון דזשאקי פאליג'ס היים אום אפריל 24, 2017

פראטעסטירער פון "רמב"ם מתיבתא" פארנט פון דזשאקי פאליג'ס היים אום אפריל 24, 2017
פראטעסטירער פון "רמב"ם מתיבתא" פארנט פון דזשאקי פאליג'ס היים אום אפריל 24, 2017

פעדעראלע ריכטער נעמט אוועק אמעריקאנער בירגערשאפט פון דזשאקי פאליג
פעדעראלע ריכטער נעמט אוועק אמעריקאנער בירגערשאפט פון דזשאקי פאליג

די ווייסע הויז מעלדט היינט צופרי אז "אייס" האט דעפאטירט דזשאקי פאליג
די ווייסע הויז מעלדט היינט צופרי אז "אייס" האט דעפאטירט דזשאקי פאליג

נייעס מעלדונג איבער די דעפאטאציע


ווידיא פון די דזשאקי פאליג דעפאטאציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל