פלארידע - א שיסעריי ביי א הויכע-שולע ספארטס שפיל אין דזשעקסאנוויל פרייטאג צונאכטס, האט איבערגעלאזט איין מענטש טויט און צוויי פארוואונדעט.

די שיסעריי האט פאסירט בערך 10 אזייגער אווענט, פופצן מינוט פאר די ענדע פון די שפיל, ביי די "רעינס היי סקול", ווי בערך פיר טויזנט צושויער האבן אנטיילגענומען. בערך א דריי-פערטל פונעם עולם האט שוין געהאט פארלאזט די ארט, ווען די שיסעריי האט אויסגעבראכן. די פאליציי האט ארעסטירט א שווארצע פארשוין.

די סטאַדיום איז אפגעשפארט געווארן אין א לאַקדאַון, צו לאזן די אויספארשער אדורכגיין די עווידענס, און צו פארזיגערן די וואולזיין פון די אנטיילנעמער פון די שפיל. די סופעראינטענדענט האט געזאגט אז יעדער וואס איז געקומען צו די געים, האט געמוזט אדורכגיין א מאגנאטישע דיטעקטער צו פארמיידן דאס אריינברענגן וואפן צו די שפיל.

בילד
אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל