הערימען. — די הערימען טאָל–פּלאַזאַ ביי די ניו יאָרק סטעיט טרואוועי אויטאַריטי וועט דעם קומענדיגן סעפּטעמבער אַריבערגיין צו אַ קעשלאָזער–טאָלס סיסטעם.

דער קאָנטראַקטער פאַר די 13.9 מיליאָן דאָלער פּראָיעקט "מאָנטעסענאָ בראָדערס" פון ניו–ראשעל, האָט נאָך אַרבעט צו פאַרענדיגן און די אויטאַריטי דאַרף נאָך פּרובירן די געצייג.

די איבערגאַנג וועט ברענגען צו צעוואַרפן די טאָל–פּלאַזאַ און דאָס ערזעצן מיט אַ "גאַנטרי" וואָס לויפט העכער די טרעפיק, ענליך צו די וואָס ווערט שוין גענוצט זייט 2010 אין די וואודבורי טאָל–פּלאַזאַ פאַר איזי–פּעס שנעלקייט און זייט אַפּריל פון דעם פאַרגאַנגענעם יאָר אין דער "טאַפּאַן–זי" בריק. די "גאַנטרי" וועט האַלטן קאַמעראַס און אנדערע געצייגן צו באַאַרבעטן די איזי–פּעס 'טעגס' און אַראָפּצוכאַפּן לייסענס–פּלעיט נומערן, כדי מאָטאָריסטן זאָל קענען אידענטיפיצירט ווערן און זיי אָפּשיקן בילס דורך די פּאָסט פאַר זייער טאָלס.

ווען קעשלאָזע–טאָלס וועךן אַריינגיין אין קראַפט, ווארשיינליך אַרום האַלבע–נאַכט פונעם דאַטום וואָס די אויטאַריטי וועט באַשטימען, וועלן דרייווערס נאָך מוזן דורכפאָרן די רייעס פון ליידיגע טאָל–בודקעס. דאָס אַראָפּוואַרפן די געוועזענע טאָל–פּלאַזאַ וועט ערשט געשען במשך פון עטליכע וואָכן.

אָבער איין טאָל–בודקע וועט בלייבן ביי הערימען, אויף די רעכטע זייט פון די טאָל–פּלאַזאַ — די וואודבורי קאַמען זייט — צו באַאַרבעטן מאָטאָריסטן אָן איזי–פּעס ווען זיי קומען אַרויס פון די סאַוט–באַונד טרואוועי.

די טרואוועי'ס "טיקעט" און "בעריער" סיסטעמען פאַר טאָלס הייבן זיך אָן אָדער ענדיגן זיך — געוואָנדן אין וועלכע ריכטונג מען פאָרט — אין הערימען. פון וואודבורי ביז באָפעלאָו גייט עס לויט אַ טיקעט סיסטעם, און ביים אַרויספאָרן ווערן זיי גערעכנט לויט די ווייטקייט.

די איבעגאַנג וועט זיין די דריטע אין די אויטאַריטי'ס אונטערנעמונג צו אינסטאָלירן קעשלאָזע–טאָלס לענגאויס די טרואוועי איבער די קומענדיגע דריי יאר. די "טאַפּאַן–זי" בריק איז אַרחבערגעגאַנגען צו קעשלאָזע–טאָלס אין אַפּריל– 16 ', און די גרענד–איילענד בריקן אין עריע–קאַונטי דעם פאַרגאַנגענעם מערץ.

"גליטשעס" אין בילינג האָט געשעדיגט דעם ערשטן יאָר פון די קעשלאָזע–טאָלס און געברענגט דערצו אַז די אויטאַריטי זאָל איבערמאַכן דעם פּראָצעדור און דורכפירן ברייטע פּאָבליק–מעלדונגען וויאַזוי עס אַרבעט די טאָלס-דורך-מעיל. די "עם–טי–עי" און די פּאָרט–אויטאַריטי האָבן זיך באַגעגנט מיט ענליכע פּראָבלעמען.

די איבערגאַנג איז באשטימט געוואָרן איז דער זעלבער צייט וואָס די סטעיט טראַנספּאָרטעישאָן דעפּאַרטמענט האָט אָנגעהויבן איר 150 מיליאָן דאָלער בוי–אַרבעט איבערצומאַכן דעם רוט– 17 'ס עקזיט– 131 , אַ פּראָיעקט וואָס איז שוין אינמיטן און וועט זיך ענדיגן אין 19 '. די עקזיט פאַרבינדט רוטס 17 , 32 און 6 מיט די טרואוועי ביי די טאָל–פּלאַזאַ.

85.3 פּראָצענט פון די 19 מיליאָן מאָטאָריסטן וועלכע פאָרן דורך די הערימען טאָל–פּלאַזאַ יעדעס יאָר באַנוצן זיך מיט איזי–פּעס, אין פאַרגלייך צו 74.1 לענגאויס די טרואוועי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל