ירושלים - נאך א רעלאטיווע רואיגקייט צווישן מדינת ישראל און כאמאס די לעצטע טעג, האט די סיטואַציע אויפגעריסן היינט, ווען מיליטאנטן אין עזה האבן געשאסן א ראקעט אויף די דרום זייט פון באר שבע, 25 מייל אוועק. דאס ערשטע מאל זינט די לעצטע קריג אין 2014, וואס די פאלעסטינער האב געשאסן אין יענע ראיאן.

אין רעאקציע, האט די מדינת ישראל מיליטער באמבאדירט די כאמאס הויפטקווארטיר געביידע אין מערב עזה, איבערלאזנדיג די קאמפלעקס אין א הויפן שטיינער און 18 פארוואונדעטע, לויט פאלעסטינער אויטאריטעטן. כאמאס זאג אז די פינף שטאקיגע געביידע איז נישט געווען זייער הויפטקווארטיר, נאר א צענטער פאר קונסט, מאלערייען, א טעאטער, א לייברערי, א אפיס פאר בירגער פון עגיפטן וואס וואונען אין עזה און אויך דירות.

באַאַמטע אין עזה האבן היינט געזאגט אז א פייער-אפשטעל וואס איז אויסגעארבעט געווארן דורך עגיפטן און די יו ען , גייט היינט נאכט אריין אין קראפט.

בילד: די געביידע פאר די באמבאדירונג



אויסשליסליכע באריכט פון יהודה גרין צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל