ארץ ישראל - א שווערע נאכט איז פאריבער אויף די איינוואוינער פון דרום ארץ ישראל ווען א האגל פון ראקעטן איז געשאסן געווארן פון די עזה פאס צו די ריכטונג פון ארץ ישראל. אין די זעלבע צייט האט די מדינת ישראל מיליטער נאכאנאד אטאקירט צילן אין עזה, אבער האט טראץ די אלע באמבאדירונגען נישט געהאט קיין סוקסעס אין אפשטעלן די ראקעטן שיסערייען דורך די טעראר באנדעס אין ריכטונג פון די שטעט אין דרום. יעדע עטליכע מינוט זענען א פרישע באראזש פון ראקעטן ארויסגעשאסן געווארן, פון וועלכע אריבער הונדערט און פופציג האבן געלאנדעט אין מדינת ישראל טעריטעריע. מערסטענס פון די ראקעטן איז געפאלן אין ליידיגע געביטן, אבער א רייע ראקעטן וואס זענען נישט אראפגעשאסן געווארן דורך די מיסיל פארטיידיגונג סיסטעם האט פאראורזאכט 17 פארוואונדעטע.

א 45 יעריגער איינוואוינער פון שדרות איז לייכט פארוואונדעט געווארן פון שראפנעל, און איז באהאנדעלט געווארן דורך די הצלה, און נאך עטליכע לייכט פארוואונדעטע פון גלאז וואס איז געפלויגן פון די ראקעטן אויפרייס. ווי אויך איז פארהאן א צאל איינוואוינער וועלכע זענען באהאנדעלט געווארן פאר שאק. די פייערלעשער האבן אויך געארבייט צו פארלעשן עטליכע פייערן און אויפרייסן וואס זענען פאראורזאכט געווארן פון די אטאקעס.

די באאמטע האבן ארויסגעגעבן ספעציעלע פארארדענונגען פאר די ארטיגע איינוואוינער אין וועלכע זיכערהייט מאסנאמען זאלן גענומען ווערן צו די העכסטע שטאפלען. די זומער קעמפס פאר די קינדער אין די געגענט זענען פארארדענט געווארן צו האלטן די אקטיוויטעטן אינערהאלב געביידעס וועלכע זענען באשיצט פון פליענדע ראקעטן. בלויז 300 מענטשן ווערן ערלויבט צו אפהאלטן אן עפענטליכע פארזאמלונג און פארמער זענען פארלאנגט געווארן צו נעמען ספעציעלע ערלויבעניש צו קענען ארבייטן אויף די פעלדער. די עגיפטישע רעגירונג טוט ארבייטן אויף א פייער שטילשטאנד צווישן כאמאס און מדינת ישראל. די פלאן טוט אריינרעכענען דאס באפרייאונג פון פיר מדינת ישראל בירגער וועלכע ווערן געהאלטן דורך די כאמאס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל