לאנדאן - די יורא וואלוטע האט היינט געזינקן צו די נידריגסטע שטאפל פון מער ווי א יאהר, נאך א באריכט אז די "אייראפישע צענטראלע באנק" (אי.סי.בי.) איז שטארק באזארגט איבער די באנק'ס אויסגעשטעלטקייט צו די דראמאטישע צוזאמפאל פון די טערקישע לירה.

די פאלנדיגע לירה, פאראורזאכט דורך טערקיי'ס טיפע שפאלטן אין איר באציאונגען מיט אמעריקע און זארגן איבער איר עקאנאמיע, האט ארויסגעשיקט ווילדע כוואַליעס איבער אינטערנאציאנאלע מארקעטן. נערוועזע אינוועסטירער זענען שנעל געלאפן איינשטעקן זייעל געלד אין די מער-זיכערע אמעריקאנער דאלער, יאפאנעזער יען און שווייצע פראנק, און פארלאזט די וואלוטעס פון אויפקומענדיגע מארקעטן וואס זענען מער איינגעשטעלט.

די "פיינענשעל טיימס" האט היינט באריכטעט, ציטירנדיג צוויי מקורות, אז די אי.סי.בי. איז באזארגט איבער בענק אין שפאניע, איטאליע, פראנקרייך, און זייער אויסגעשטעלטקייט צו די טערקישע פראבלעמען.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל