ניו יארק – א ריכטער אין ברוקלין האט געזאגט, אז דער פראצעס פונעם מעקסיקאנער דראג פירער על טשאפא גוזמאן, וועט פארבלייבן אין ברוקלין, און נישט געפירט ווערן קיין מאנהעטן ווי גוזמאן האט געוואלט. גוזמאן האט געוואלט מ'זאל עס רוקן קיין מאנהעטן, ווייל אזוי וואלט ער געהאט די מעגליכקייט צו קומען צום געריכט הויז דורך אן אונטערערדישע טונעל, וויבאלד ער זאגט אז ער האט מורא פאר זיין לעבן.

דער ריכטער האט אבער געזאגט, אז גוזמאן'ס פראצעס וועט יא פארקומען אין ברוקלין, און די געריכט האט אויסגעארבעט א געהיימע וועג וויאזוי גוזמאן'ס לעבן וועט זיין באשיצט. גוזמאן'ס לויערס שפעקולירן אז דער געהיימער וועג וועט זיין, דאס וואס די געריכט וועט ערלויבן גוזמאן צו וואוינען אינעם געריכט הויז אין לויף פון די דריי חדשים וואס זיין פראצעס איז ערווארטעט צו דויערן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל