עקוואדאר - כאטש פיר און צוואנציג זענען געשטארבן און ניינצן אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, ווען א באס האט היינט 3 אזייגער פארטאגס אריינגעקראכט אין א אנדערע קאר, פארענדיג שנעל, און זיך איבערגעקערט אויף א שאסיי נעבן עקוואדאר'ס הויפטשטאט.

די קאלאמביע-רעגיסטרירטע באס איז געווען אויפן וועג צו די קעפיטאל קיטא, ווען עס האט אריינגעקראכט אין א קלענערע קאר, ביי א פלאץ וואס ווערט גערופן די "טויט מענטש'ס דריי".

א מערהייט פון די פאסאזשירן זענען געווען פון קאלאמביע, אבער עטליכע פון די טויטע זענען געקומען פון ווענעזועלע, האט געזאגט קאלאנעל ווילסאן פאַוואָן, דער הויפט פון די עקוואדאר טרענזיט פאליציי. צוויי קינדער פון די קלענערע קאר, זענען צווישן די טויטע.

א קליינע פלאטע אַמבולאַנסן און ערשטע הילף האבן זיך געיאגט צו די סצענע, און געטראפן די שטארק-צובראכענע באס איבערגעדרייט, און עטליכע הייזער ביי די זייט פון די שאסיי געשעדיגט און אנגעשאסן מיט מעטאלענע אפפאל.

דאס איז די צווייטע שאסיי טראגעדיע, אין ווייניגער ווי דריי טעג, אין עקוואדאר. צוועלף מענטשן זענען געשטארבן זונטאג, און דרייסיג אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, ווען א באס טראגענדיג ספארטס-נאכפאלגערס פון די עקוואדארישע סאקער טיעם, האט זיך איבערגעקערט אויף א שאסיי נאך די שפיעל.

👈 זעה בילדער און ווידיאס פון ביידע טראגעדישע עקסידענטס

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)



בילדער און ווידיאס פון ביידע טראגעדישע עקסידענטס


בילד























קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל