וואשינגטאן, די.סי. - דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פון ניו יארק קריס קאָלינס, איז אנגעקלאגט געווארן מיט סעקיוריטיס שווינדל, ווייער פראוד און פאלשע סטעיטמענטס, האט די יוסטיץ דעפארטמענט געמאלדן נעכטן.

קאָלינס, וואס איז געווען דער ערשטער זיצעדיגע קאנגרעס מיטגליד צו אינדארסירן דעם דאן-קאנדידאט דאנעלד טראמפ פאר די פרעזידענט פארמעסט אין 2016, האט זיך היינט צופרי אונטערגעגעבן צו די אויטאריטעטן אין זיין לויער'ס אפיס, לויט ווי די עף.בי.איי. גיבט איבער.

די הויז עטיקס קאמיטעט האט שוין געמאלדן איבער די אויספארשונג אין אקטאבער 2017, פאר'ן מעגליך ברעכן פעדעראלע געזעצן און הויז רולס איבער "אינסייד טרעידינג" (סטאק האנדל מיט אינפארמאציע באקומען דורך אינערליכע מקורות).

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון אפרים הערשקאוויטש צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל