פילאדעלפיע - פינף מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן פון א שיסעריי אין א וואלמארט אין די שטאט טשעלטענהאם, נישט ווייט פון פענסילוועניע'ס הויפטשטאט פילאדעלפיע.

די אנצידענט האט זיך אנגעהויבן ווען א מאן האט זיך ארומגע'טענה'ט מיט א אנדערע קאסטומער, און ער האט געכאפט א גאן און געשאסן כאטש צען מאל, אנטרעפענדיג עטליכע מענטשן, אריינגערעכנט צוויי פרויען אין זייערע פערציגער יאהרן וואס זענען געשאסן געווארן אין די פוס, א מאן אין די פערציגערס וואס איז אויך געכאפט געווארן אין די פוס, א מאן וואס האט געכאפט א קראץ פון א קויל אין די פוס, און נאך איין באטראפענע מיט אומבאוואוסטע וואונדן.

טשעלטענהאם טאונשיפ פאליציי הויפט דזשאן פרייע האט געזאגט פאר די פרעסע, אז קיינער פון די באטראפענע האבן נישט געליטן לעבנס-געפארפולע וואונדן. ער האט אויך דערציילט אז דער פארדעכטיגטער פארברעכער, אינאיינעם מיט די פרוי וואס איז געווען מיט אים (לכאורה זיין שוועסטער), האבן אויך פארוואונדעט צוויי פאליציי אפיצירן ווען די פּאָר האבן אריינגעזעצט מיט זייער קאר פון אונטן פון א פארקירטע פאליציי קאר עטליכע גאס אוועק, ווען זיי האבן פרובירט צו אנטלויפן פון די סצענע.

די פילאדעלפיע פאליציי הויפט אינספעקטאר סקאט סמאל האט געזאגט, אז דער פארברעכער איז געזעהן געווארן ארויסווארפן א גאן פון זיין קאר פענסטער גלייך פאר די א.ד. זעץ מיט די פאליציי קאר. די פאליציי אפיצירן האבן דאן באוויזן צו ארעסטירן דעם פארשוין נאך א געראַנגל, ווען די פאליציי האט זיך באנוצט מיט א טעיזער גאן. מען האט אריבערגעברענגט עטליכע מענטשן פון וואלמארט, צו עדות-זאגן אז ער איז דער זעלבער מענטש פון די שיסעריי.

בילד

בילד


אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל