באסטאן – א סטעיט און פעדעראלע אינספעקציע באריכט וואס איז נארוואס ערשינען צייגט אז 3 פאציענטן וועלכע זענען באהאנדלט געווארן ביי דער בארימטע "קינדער שפיטאל אין באסטאן" האבן געליטן פון ערנסטע פארנאכלעסיגונגען אין זייערע מעדעצינישע באהאנדלונגען.

דער באריכט דערציילט איבער א פאציענט פאר וועמען עס זענען באשטעלט געווארן קריטיש-וויכטיגע "אנטיביאטיקס" איין נאכמיטאג, אבער דער פאציענט האט געווארט דערויף 14 שטונדן, ביז ארום 2:00 אזייגער אינדערפרי, און דער פאציענט איז געשטארבן צוויי טעג שפעטער נאכ'ן אנטוויקלען "סעפסיס", א ברייט פארשפרייטע אינפעקציע וואס פארלאנגט באלדיגע באהאנדלונגען אזוי ווי ביי א הארץ אטאקע אדער סטראוק.

אין ליכט פון די אינצידענטן האבן עטליכע געזעץ-געבער פארעפענטליכט א סטראשונקע אז אויב עס וועלן נישט איינגעפירט ווערן נייע רעגולאציעס ביי די שפיטאל צו פארמיידן די סארט אינצידענטן אינעם צוקונפט, וועט דער שפיטאל אפיציעל אראפגעווארפן פון די פעדעראלע מעדיקעיר פראגראם.

די שפיטאל אדמיניסטראציע האבן באלד אימפלימענטירט נייע רעגולאציעס וועלכע וועט פארגרינגערן פאר די שטאב צו מעסטן מעדיצינישע דאזעס, אבער א פארמאסיסט אינעם שפיטאל וואס איז אינטערוויואירט געווארן דורך די אינספעקטארן האט זיך באקלאגט אז טראץ די נייע רעגולאציעס האט א דאקטאר 10 חדשים שפעטער ווידערמאל צוגעשריבן א העכערע דאזע-מעדיצין פאר א פאציענט, מער וויפיהל עס האט זיך באמת אויסגעפעלט.

דר. דזשאנאטאן פינקלשטיין, דער שפיטאל'ס טשיף פאציענט סעיפטי און קוואליטעט אפיציר האט אין א סטעיטמענט קאמענטירט "בשעת אונזער שפיטאל איז א סימבאל פון סעיפטי פאר אנדערע שפיטעלער זענען מיר אבער נישט "פערפעקט". אויב איז דא א דורכפאל וועלן מיר באלד אונטערנעמען שטרענגע שריט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל