עס איז שוין די צווייטע מאל אין דריי מאנאטן וואס די באלטימאר פאליציי אפיציר ארטור וויליאמס שלאגט ווילד די זעלבע פארשוין.

א ווידיא איז אויפגעשווימען וואס ווייזט ווי וויליאמס רעדט צו די 26-יעהריגער דאשאהן מעקגרייער אינדרויסן פון א געשעפט אין באלטימאר, ווען דער פאליציאנט נעמט זיך פּלוצלינג שטופן מעקגרייער אין די ברוסטקאַסטן, און דאן זעצט ער פאר אים צו שלאגן אין פנים, כאטש וואס יענער פרובירט נישט זיך צוריקצושלאגן. ער ווארפט אים דאן אראפ אויף די שטיגען, און קלאפט ווייטער אריין אין אים ווילדע שלעק. מען זעהט ווי וויליאמס' קאָלעגע שטייט אין די זייט, און טוט גארנישט אים אפצושטעלן. ביים ענדע פון די ווידיא, זעהט מען ווי מעקגרייער ליגט אין א קאַלוזשע בלוט.

דער צייטווייליגער באלטימאר פאליציי קאמישאנער גערי טאגעל, האט געזאגט אז ער איז "טיף אויפגערודערט פון די ווידיא", און אז דער אפיציר איז סוספּענדירט ווילאנג די אויספארשונג גייט אן.

בילד

בילד

ווארענונג: גרויזאם


אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל