קרית יואל - א אלטע שכנים-קריג צווישן אראנדזש קאונטי איינוואוינער היצט זיך נאכאמאל אויף, קוים א יאהר נאכדעם וואס ביידע זייטן האבן אונטערגעשריבן אן אפמאך צו ענדיגען די קאמף.

אנגעצויגנקייט צוויישן מאנרא איינוואוינער און זייערע היימישע שכנים אין קרית יואל האט זיך געהאט אפגעשטילט, נאכדעם וואס ביידע זייטן זענען איינגעגאנגען אויף א אפמאך וואס וועט אפטיילן די קרית יואל ווילעדזש פון די טאון אוו מאנרא, און ווערן א אייגענע טאון, די "טאון אוו פאלם טרי".

אבער א נייע פּעטיציע פארלאנגט מער שטחים פון מאנרא, צו פארמירן א צווייטע, נאך-גרעסערע היימישע ווילעדזש, וואס זיי ווילן רופן "די ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס" (באר שבע).

די פארגעשלאגענע ווילעדזש וועט זיך ציען בערך צוויי מייל, און וועט זיין איבער טויזענט אקער לאנד.

"עס איז נאך א פריוו צו אויסשפילן די זאונינג געזעצן, און האט נישט די גייסט וואס די מאנרא איינוואוינער האבן אויסגעארבעט", האט געזאגט דזשאַן אַלעגראָו פון די "יונייטעד מאנרא" גרופע.

אין די "פאלם טרי" אפמאך, האבן די פירער פון קרית יואל צוגעזאגט נישט צו פארלאנגען קיין פרישע לאנד פאר די קומענדיגע צען יאהר, אבער אַלעגראָו גלייבט נישט אז די קרית יואל'ער פירער האבן א שייכות מיט די פארגעשלאגענע נייע ווילעדזש, ענדערש האלט ער אז דאס איז א גרופע פון ריעל עסטעיט דעוועלאפערס וואס זוכן צו מאכן געשוואלענע פראפיטן (און מאכן א מעכטיגע חילול השם און אפ'הרג'נען די האקעלע שלום, פון די זייט).

די חברה וואס פארלאנגען די ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס האבן פרייטאג ארויסגעגעבן א קארגע אנטווארט:
"די מענטשן וואס האבן פארלאנגט צו פארמירן די ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס, האבן דאס געטוהן צו קאנטראלירן זייער אייגענע צוקונפט און צו שאפן די סארט קאמיוניטי וואס זיי ווילן."

די מאנרא טאון באאמטע זאגן אז די פלאן דארף איבערגעקוקט ווערן, פאר זיי קענען אפהאלטן א פובליק פארהער איבער די טעמע, אדער גאר וואלן.

מאפע

אויסשליסליכע באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל