די פינף לענדער פון ברעגעס צו די קאספישער ים זענען היינט איינגעגאנגען צו א צוגאנג וויאזוי צו צוטיילן די וועלט'ס גרעסטע אינלאנדישע וואסער, און אירע ברייטע רעזערוו פון אויל און גאז.

די פירער פון איראן, אַזערבידזשאַן, קאזאכסטאן, רוסלאנד און טורקמעניסטאן האבן אונטערגעשריבן א אפמאך, איבער די לעגאלע סטאטוס פון די קאספישער ים.

די ים, אינגאנצן ארומגענומען מיט טריקעניש און ווייניגער זאלציג ווי די אקעאנען, איז געווען ביז יעצט צוטיילט צווישן די סאוועטישע פארבאנד און איראן. מיט די אויפשטייג פון די לענדער וואס האבן זיך אפגעבאכן פון די צופאלענע פארבאנד, זוכט יעדער א צוגאנג וואס ארבעט פאר אלע. די ציהל איז אדער א גלייכע צוטיילונג, אדער עס קלאַסיפיצירן אלס אינטערנאַציאָנאַלע וואסערן.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל