סעקרעטערי אוו סטעיט, מייק פּאמפּעאו, האט נעכטן אויפגעפאדערט די באלדיגע באפרייאונג פון צוויי רויטערס רעפּארטערס אין מיאנמאר, וואס זענען ארעסטירט געווארן ביים קומען אין דעצעמבער אינטערוויוען מיאנמאר'ס אויסערן מיניסטער בשעת א רעגיאנעלן קאנפערענץ אין סינגאפּור. עס דראעט די צוויי רעפּארטערס 14 יאר טורמע אין מיאנמאר פאר'ן פארלעצן דעם לאנד'ס קאלאניעלע-צייטן "געהיימניס אקט". זיי זענען אריגינעל געקומען אויספארשן דעם אומברענג פון 10 מוסלעמענער יונגען אין א דארף אין לאנד, בשעת די ארמיי האט דורכגעפירט א שווערן קאמפּיין, וואס האט לויט די יו-ען פארטריבן 700,000 מענטשן קיין בענגלאדעש. אמעריקע האט נאכדעם ארויפגעלייגט סאנקציעס אויפ’ן הויפּט פון דער ארמיי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל