תל אביב – די אזוי-גערופענע "אידישע מדינה" האט ווידעראמאל געלייגט פאליטיק בעפאר די אינטערעסן פון אידן אלוועלטליך, ווען דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט אונטערגעשריבן א דעקלעראציע אינאיינעם מיט'ן פוילישן פרעמיער מיניסטער מאטעאס מאראוויצקי איבער'ן האלאקאוסט. אין דער דעקלעראציע שרייבן ביבי און מאראוויצקי, אז פוילן האט פאקטיש פרובירט אפצושטעלן נאצישע רציחות און אז דאס פוילישע פאלק קען נישט באשולדיגט ווערן אין מארד קעגן אידן. האלאקאוסט היסטאריקער – אפילו די ציוניסטישע "יד ושם" - זענען ארויסגעקומען פארדאמען ביבי'ן, אז עס צייגט ווי זיינע פאליטישע אינטערעסן פון זיין נאענט מיט דער עקסטרעם-רעכטער פוילישער רעגירונג זענען ביי אים א פריאריטעט, אזוי ווייט אז ער איז גרייט אפצוקויפן פוילישע ליגנטס איבער'ן האלאקאוסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל