ניו יארק סיטי – אן ארעסטאנט איז אומגעקומען אין רייקערס איילענד, ווען א צווייטער ארעסטאנט איז אים איבערגעפאלן און דערשטיקט ל"ע. די טורמע באאמטע זאגן אז דער אינצידענט זעט נישט אויס צו האבן געווען פארבינדן מיט סיי וועלכע קרימינאלע גענג באנדע, נאר איז געווען די רעזולטאט פון א לאקאלן געפעכט אין דער טורמע. עס איז דאס ערשטע אזא אינצידענט זינט יאר 2008, און א ווארטזאגער פאר מעיאר דעבלאזיא האט געזאגט אז דער מעיאר האלט מיט אלע אפדעיטס ארום דעם אינצידענט. דעבלאזיא'ס ווארטזאגער האט אויך ארויסגעהויבן, אז דער אינצידענט צייגט ווי וויכטיג עס איז טאקע פאראויסצוגיין מיט די פלענער אפצושפארן רייקערס איילענד, וועלכע פלאגט זיך מיט'ן זיין צו אנגעפילט, און אפשאפן די פארשידענע קרימינאלע באנדעס וואס פונקציאנירן אין דער טורמע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל